אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏זיינע ספרים: פארברייטערט)
צייכנס: רעף-פאנטשער רוי-לינק
(←‏פאמיליע: פארברייטערט)
צייכן: רעף-פאנטשער
שורה 49: שורה 49:
* [[רבי יוסף משה העשיל|רבי יוסף משה פון מעזעביזש]].
* [[רבי יוסף משה העשיל|רבי יוסף משה פון מעזעביזש]].
** זיין איידעם רבי מנחם מנדל פון סאטאנאוו, אייניקל פון [[רבי יוסף פון יאמפעלע]].אוועק [[ט"ו חשון]] [[ה'תרט"ז]] אין עלטער פון 75 יאר.
** זיין איידעם רבי מנחם מנדל פון סאטאנאוו, אייניקל פון [[רבי יוסף פון יאמפעלע]].אוועק [[ט"ו חשון]] [[ה'תרט"ז]] אין עלטער פון 75 יאר.
*הרבנית יוכבד, פרוי פון  [[רבי דן יונגרלייב]], זוהן פון [[רבי יצחק פון ראדוויל]], זוהן פון [[רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו]], זיי האבן געהאט צוויי טעכטער און דריי זוהן:
* הרבנית יוכבד, פרוי פון  [[רבי דן יונגרלייב]], זוהן פון [[רבי יצחק פון ראדוויל]], זוהן פון [[רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו]], זיי האבן געהאט צוויי טעכטער און דריי זוהן:
** זיין זוהן רבי לוי (משה יהודה) פון ראדוויל{{הערה|זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.}}.
** זיין זוהן רבי לוי (משה יהודה) פון ראדוויל{{הערה|זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.}}.
** זיין זוהן רבי אברהם מאיר פון ביאלוברזיג, אוועק אום [[ה'תרי"ב]], איידעם פון [[רבי יצחק פון ווארקא]].
** זיין זוהן רבי אברהם מאיר פון ביאלוברזיג, אוועק אום [[ה'תרי"ב]], איידעם פון [[רבי יצחק פון ווארקא]].
שורה 55: שורה 55:
** זיין טאכטער הרבנית בלומה רייזל פרוי פון [[רבי שלום יוסף פרידמן]], עלסטער זוהן פון [[רבי ישראל פון רוזשין]].
** זיין טאכטער הרבנית בלומה רייזל פרוי פון [[רבי שלום יוסף פרידמן]], עלסטער זוהן פון [[רבי ישראל פון רוזשין]].
** זיין טאכטער פרוי פון [[רבי יצחק טווערסקי]] פון [[סקווירא]].
** זיין טאכטער פרוי פון [[רבי יצחק טווערסקי]] פון [[סקווירא]].
* זיין איידעם רבי ישראל פון ליטשניץ.
* הרבנית דינה, פרוי פון רבי ישראל פון ליטשניץ.
** זיין זוהן  רבי יוסף פון טיברוב.
** זיין זוהן  רבי יוסף פון טיברוב.
*** זיין איידעם רבי משה צבי פון סטאנאוויטש.
*** זיין איידעם רבי משה צבי פון סטאנאוויטש.
**** זיין איידעם רבי מנחם נחום פון לויעוו, זוהן פון [[רבי אהרן פון טשערנאביל]].
**** זיין איידעם רבי מנחם נחום פון לויעוו, זוהן פון [[רבי אהרן פון טשערנאביל]].
* זיין איידעם רבי מרדכי אורנשטיין
* הרבנית רחל, פרוי פון רבי מרדכי אורנשטיין
** זיין זוהן רבי יעקב יואל, איידעם פון [[רבי משה אליקים בריעה האפשטיין]] פון [[קאזניץ]]
** זיין זוהן רבי יעקב יואל, איידעם פון [[רבי משה אליקים בריעה האפשטיין]] פון [[קאזניץ]]
*** זיין זוהן רבי ישראל.
*** זיין זוהן רבי ישראל.

רעוויזיע פון 16:13, 7 נאוועמבער 2023

רבי אברהם יהושע העשיל
געבורט 1748
תק"ח
דזימיגראד
פטירה 24סטן אין מערץ 1825
ה' בניסן תקפ"ה
מעזעביזש
מקום קבורה מעזעביזש
וואוין אָרט דזימיגראד, קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש
טעטיגקייט אָרט קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעשביזש
ערשטער אדמו"ר פון אפטא
נוסח פון זיין מציבה
פ”נ הרב אדמו”ר אוהב ישראל מ”ה אברהם יהושע העשיל מק’ אפטא בהרב החסיד ועניו שלשלת היוחסין מ’ שמואל ז”ל. נפ’ ה’ ניסן תקפ”ה. לעת זקנותו תקע אהלו של תורה פ”ק מעזבוז ולו דומי’ תהילה ובמקום גדולתו שם ענותנותו, אשר יצוה את בניו שלא לכתוב על מצבתו שבחות. תנצב”ה.

רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (ווערט אויך אנגערופן אפטא'ער רב; דער אוהב ישראל, אויפן נאמען פון זיין ספר); (תק"ח, 1748ה' בניסן תקפ"ה, 24סטן אין מערץ 1825) איז געווען א רבי, דער ערשטער אין שושלת אפטא-זינקוב (מז'יבוז') און קאפיטשניטץ.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין יאָר ה'תק"ח צו רבי שמואל, איידעם פון רבי יעקב פון טאָרטשין[1], און פון די אויסגעצייכנטע תלמידים פון רבי אלימלך פון ליזענסק. ער האט געדינט אלס רב און אדמו"ר אין קאלבאסאוו וואס איז אין גאליציע, אין אפטא וואס איז אין פוילן, אין יאסי וואס איז אין מאלדאווע, און אין מעזעביזש אין פּאָדאָליע (אוקראינע). אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען דער זקן האדמו"רים אין זיין דור, און זיין מיינונג איז געווען פאררעכנט ביי אלע חסידים.

דער אפטא'ער רב איז געווען פון די בארימטע רבנישע משפחות פון ביידע עלטערן, און זיין פאטער הרב שמואל וועלכער האט געדינט אלס רב פון ניישטאט, איז געווען איינער פון די חשוב'סטע רבנים פון פוילן. שוין אין די קינדער יארן האט ער ארויסגעוויזן גרויסע פעאיקייטן. ער האט געלערנט ביי רבי אלימלך פון ליזענסק, און איז געווען באקאנט אלס א גרויסער למדן אין גמרא. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס רב פון דער שטעטל קאָלבאסאָוו אין פּוילן. אום ה'תק"ס האָט ער מסכים געווען צו ווערן באַשטימט צו ווערן רב אין אפטא. אום ה'תקס"ח איז ער פאררופן געווארן דורך דעם באנקיר דער חסיד יחיאל דניאל צו דינען אלס רב אין יאסי, וועלכער האט אויך צוגעזאגט צו צושטעלן א הויז וואו ער וועט קענען אויפנעמען די וואס וועלן קומען לערנען תורה מיט אים.

ער האט זיך געשטעלט קעגן עטליכע דרוקן פון אנדערע חסידישע הויפן ווי פאלגנד: ער האט נישט מסכים געווען מיט די באוועגונג פון רבי צבי הירש פון זידיטשוב און איז געווען קעגן זיין איניציאטיוו איבערצודרוקן און ווידער פארשפרייטן דעם ספר הזוהר [2].
אזוי אויך האט ער זיך קעגן געשטעלט[א] די וואס האבן געוואלט דרוקן דעם ספר המשלים פון רבי נחמן מברסלב, ווייל ער האט געגלייבט אז אין די משלים זענען פארשפארט זייער טיפע סודות און אין א שפראך וואס איז שווה לכל נפש, און דעריבער, נישט פאסיג[ב][3].

אין יאר ה'תקע"ג[4], נאך וואס אין קהילה אין יאסי איז געווארן מחלוקת, און אין מעזעביזש איז דער פלאץ ליידיג געווארן[אויסקלארונג פארלאנגט] האט ער זיך באזעצט אין מעזעביזש וואו עס זענען געווען אסאך חסידים נעבן אים. ער האט װײטער געהאלטן קאנטאקטן מיט די חסידישע קהילות פון מאלדאװע, און איז צומאל אויך גערופן געװארן צו לײזן הלכה'דיגע פראגעס. זיין מערסטאויסגעצייכנט שטריך איז געווען זיין ליבשאפט צו אידן[מקור פארלאנגט].

ער איז אוועק ה' ניסן ה'תקפ"ה.

ער איז באערדיגט געווארן אין בית החיים אין מעזעביזש נעבן דעם בעל שם טוב אין דעם זעלבן אוהל. די חסידישע לעגענדע זאָגט, אַז מלאכים האָבן געטראָגן זײַן קערפער און באערדיגט אין בית החיים אין טבריה וואו עס איז געשטעלט געווארן אַ סימבאָלישן שטיין לכבוד אים. א בית מדרש איז געגרינדעט געווארן אין יאסי אויף זיין נאמען.

פאמיליע

באקאנטע תלמידים

זיינע ספרים

  • אוהב ישראל (ז'יטומיר תרכ"ה), וואס אויף דעם איז ער פאררופן געווארן דער "אוהב ישראל".
  • תורת אמת (לבוב תרי"א).
  • אגרות האוהב ישראל, בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תש"ס.

זעט אויך

  • רוי:מעזשביזש (חסידות)

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

כתביו

רעפערענצן

  1. אוועק י"ט סיון ה'תקמ"ה, שטאמט פון רבי העשיל פון קראקא, ט"ז, מהר"ם פון לובלין, פון מהר"ם פאדוואה און נאך גרויסע פערזענליכקייטן.
  2. דור דעה זייט רעב.
  3. א. מ. הברמן, 'קבוצי יחד', ירושלים תש"מ, זייט 134.
  4. אוהב ישראל הוצאת פאר מקדושים, תולדות, זייט 44.;תולדות האוהב ישראל, מכון שפתי צדיקים אויף אוצר החכמה זייטל.
  5. זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.


פריערדיגער:
{{{פאריגער}}}
אדמו"רי אפטא-זינקוב קומענדיגער:
{{{נעקסטער}}}


* קטגוריה:רבנים פולנים * קטגוריה:מחברי ספרי חסידות קטגוריה:רבנים אוקראינים קטגוריה:תלמידי רבי אלימלך מליז'נסק קטגוריה:רבנים מולדובים קטגוריה:מז'יבוז': רבנים קטגוריה:רבנים גליציאנים קטגוריה:נשיאי כולל ווהלין קטגוריה:רבנים שנפטרו בחודש ניסן [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.