אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הגדה של פסח"

קיין ענדערונג אין גרייס ,  פֿאַר 2 יאָר
ק
החלפת טקסט – "לֹהִים" ב־"לֹקִים"
ק (החלפת טקסט – "אֱלֹהֶי" ב־"אֱלֹקֶי")
ק (החלפת טקסט – "לֹהִים" ב־"לֹקִים")
שורה 62: שורה 62:
הקדמה: יעצט האט מען שוין מברר געווען אויך דעם זמן הסיפור מן התורה, יעצט גייט דער בעל ההגדה אנהייבן מיט די עצם סיפור פון יציאת מצרים. דער בעל ההגדה האט געטראכט אז עס איז זייער וויכטיג אנצוהייבן דער דערציילונג פון נאך איידער עס איז געווען נצנצה דער אמונה בה' דורך אברהם אבינו ע"ה און אזוי ממשיך זיין דעם סיפור פון יציאת מצרים און קבלת התורה ווי די יודן האבן זוכה געווען צו זיין די "עם סגולה" ווייל ווען מען וועט זעהן די דראסטישע פארקערטקייטען פון צו האבן געווען עובדי עבודה זרה, און ווערן דערנאך דעם "עם הנבחר" וועט מעורר זיין א געוואלדיגע התפעלות אינעם הארץ פון דעם מענטש. וויבאלד צו פארציילען דעם סיפור פון די פסוקים אין די תורה וואלט דאס דאך געווען זייער לאנג האט דער בעל ההגדה אויסגעטראפען פסוקים אין ספר יהושע, אויך אין די פרשת הביכורים וואס טוען דערמאנען די אלע פאסירונגען בקיצור, און אלץ א הקדמה פון די גאנצע פאסירונג, האט דער בעל הגדה קודם געזאגט די תמצית פון די גאנצע פאסירונג מיט געציילטע ווערטער און זיי זענען ווי פאלגענד:  

מִתְּחִלָּה אין אנהייב פון די המשך הדורות פון ווי כלל ישראל שטאמען: עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה הָיוּ אֲבוֹתֵינוּ. זענען אונזערע עלטערען געדינט עבודה זרה וְעַכְשָׁיו קֵרְבָנוּ הַמָּקוֹם לַעֲבוֹדָתוֹ. און יעצט נאך יציאת מצרים און קבלת התורה האט אונז דער אייבערשטער דערנענטערט צו זיין דינסט. פון דא זעהן מיר קודם די צוויי עקן פון דעם סיפור בקיצור. יעצט גייט דער בעל ההגדה אנהייבן באריכות און ער הייבט אהן מיט די פסוק אין ספר יהושע (כד-ב) שֶׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וַיֹּאמֶר יְהוֹשֻׁעַ אֶל כָּל הָעָם. און יהושע האט געזאגט צום גאנצען יודישען פאלק כֹּה אָמַר יְיָ אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל, אזוי האט דער אייבערשטער דער גאט פון די יודן געזאגט: בְּעֵבֶר הַנָּהָר יָשְׁבוּ אֲבוֹתֵיכֶם מֵעוֹלָם, און דער אנדערע זייט פון נהר פרת האבן אייערע עלטערען פון אייביג אהן געוואוינט תֶּרַח אֲבִי אַבְרָהָם וַאֲבִי נָחוֹר. תרח דער טאטע פון אברהם און נחור, וַיַּעַבְדוּ אֱלֹהִים אֲחֵרִים: זיי האבן דארט געדינט פרעמדע אפגעטער וָאֶקַּח אֶת אֲבִיכֶם אֶת אַבְרָהָם מֵעֵבֶר הַנָּהָר, איך האב גענומען אייער טאטע אברהם פון די אנדערע זייט נהר פרת, אזוי ווי עס שטייט "לך לך מארצך וגו'", וָאוֹלֵךְ אוֹתוֹ בְּכָל אֶרֶץ כְּנָעַן. און איך האב איהם געפירט און דעם לאנד כנען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "קום התהלך בארץ וגו'", וָאַרְבֶּה אֶת זַרְעוֹ, און איך האב געמערט זיינע קינדער ישמעאל און בני קטורה וָאֶתֶּן לוֹ אֶת יִצְחָק: און איך האב איהם געגעבן יצחק וואס ווערט נישט אריינגערעכנט מיט די אנדערע קינדער די בני ישמעאל און די בני קטורה, ווייל ער איז דער עיקר קינד. וָאֶתֵּן לְיִצְחָק אֶת יַעֲקֹב וְאֶת עֵשָׂו. און איך האב געגעבן צו יצחק, יעקב און עשו, און יעקב איז דער וואס האט ממשיך געווען די קייטעל פון די הייליגע אבות, צו מקבל זיין די הבטחות וואס איך האב צוגעזאגט צו אברהם און יצחק. פארוואס האט יעקב זוכה געווען צו דאס? דאס איז געווען ווייל: וָאֶתֵּן לְעֵשָׂו אֶת הַר שֵׂעִיר, איך האב דאך געגעבען צו עשו דער הר שעיר און נישט ארץ ישראל כדי אז לָרֶשֶׁת אוֹתוֹ ער זאל קענען גלייך ירש'נען א לאנד, ווי מיר געדענקען אין רש"י ווי רש"י זאגט אז מען האט געגעבן דעם ברירה פאר עשו צו באקומען ארץ ישראל, בתנאי אז ער וועט האבן גלות (ארץ ישראל נקנין ביסורים) האט עשו געזאגט: "איך דארף נישט ארץ ישראל און איך דארף נישט זיינע יסורים", און דערפאר איז געווען אז: וְיַעֲקֹב וּבָנָיו יָרְדוּ מִצְרָיִם: יעקב אין זיינע קינדער וואס גייען יא באקומען ארץ ישראל, האבן גענידערט קיין מצרים, כדי אז עס זאל קענען מקיום ווערען דעם פסוק פון כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם וגו'.  
מִתְּחִלָּה אין אנהייב פון די המשך הדורות פון ווי כלל ישראל שטאמען: עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה הָיוּ אֲבוֹתֵינוּ. זענען אונזערע עלטערען געדינט עבודה זרה וְעַכְשָׁיו קֵרְבָנוּ הַמָּקוֹם לַעֲבוֹדָתוֹ. און יעצט נאך יציאת מצרים און קבלת התורה האט אונז דער אייבערשטער דערנענטערט צו זיין דינסט. פון דא זעהן מיר קודם די צוויי עקן פון דעם סיפור בקיצור. יעצט גייט דער בעל ההגדה אנהייבן באריכות און ער הייבט אהן מיט די פסוק אין ספר יהושע (כד-ב) שֶׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וַיֹּאמֶר יְהוֹשֻׁעַ אֶל כָּל הָעָם. און יהושע האט געזאגט צום גאנצען יודישען פאלק כֹּה אָמַר יְיָ אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל, אזוי האט דער אייבערשטער דער גאט פון די יודן געזאגט: בְּעֵבֶר הַנָּהָר יָשְׁבוּ אֲבוֹתֵיכֶם מֵעוֹלָם, און דער אנדערע זייט פון נהר פרת האבן אייערע עלטערען פון אייביג אהן געוואוינט תֶּרַח אֲבִי אַבְרָהָם וַאֲבִי נָחוֹר. תרח דער טאטע פון אברהם און נחור, וַיַּעַבְדוּ אֱלֹקִים אֲחֵרִים: זיי האבן דארט געדינט פרעמדע אפגעטער וָאֶקַּח אֶת אֲבִיכֶם אֶת אַבְרָהָם מֵעֵבֶר הַנָּהָר, איך האב גענומען אייער טאטע אברהם פון די אנדערע זייט נהר פרת, אזוי ווי עס שטייט "לך לך מארצך וגו'", וָאוֹלֵךְ אוֹתוֹ בְּכָל אֶרֶץ כְּנָעַן. און איך האב איהם געפירט און דעם לאנד כנען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "קום התהלך בארץ וגו'", וָאַרְבֶּה אֶת זַרְעוֹ, און איך האב געמערט זיינע קינדער ישמעאל און בני קטורה וָאֶתֶּן לוֹ אֶת יִצְחָק: און איך האב איהם געגעבן יצחק וואס ווערט נישט אריינגערעכנט מיט די אנדערע קינדער די בני ישמעאל און די בני קטורה, ווייל ער איז דער עיקר קינד. וָאֶתֵּן לְיִצְחָק אֶת יַעֲקֹב וְאֶת עֵשָׂו. און איך האב געגעבן צו יצחק, יעקב און עשו, און יעקב איז דער וואס האט ממשיך געווען די קייטעל פון די הייליגע אבות, צו מקבל זיין די הבטחות וואס איך האב צוגעזאגט צו אברהם און יצחק. פארוואס האט יעקב זוכה געווען צו דאס? דאס איז געווען ווייל: וָאֶתֵּן לְעֵשָׂו אֶת הַר שֵׂעִיר, איך האב דאך געגעבען צו עשו דער הר שעיר און נישט ארץ ישראל כדי אז לָרֶשֶׁת אוֹתוֹ ער זאל קענען גלייך ירש'נען א לאנד, ווי מיר געדענקען אין רש"י ווי רש"י זאגט אז מען האט געגעבן דעם ברירה פאר עשו צו באקומען ארץ ישראל, בתנאי אז ער וועט האבן גלות (ארץ ישראל נקנין ביסורים) האט עשו געזאגט: "איך דארף נישט ארץ ישראל און איך דארף נישט זיינע יסורים", און דערפאר איז געווען אז: וְיַעֲקֹב וּבָנָיו יָרְדוּ מִצְרָיִם: יעקב אין זיינע קינדער וואס גייען יא באקומען ארץ ישראל, האבן גענידערט קיין מצרים, כדי אז עס זאל קענען מקיום ווערען דעם פסוק פון כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם וגו'.  

הקדמה: כאטש אין די פריערדיגע פסוקים שטייען דאך שוין דעם גאנצען פאסירונג וואס איז געווען ביז מען האט גענידערט קיין מצרים, דאך פעלט דער עיקר און דאס איז די "ברית בין הבתרים" און דער הבטחה אז "וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי", דערפאר ברינגט דאס דער בעל ההגדה דא. וויבאלד ער גייט יעצט רעדן וועגן דעם הבטחה וואס דער אייבערשטער האט צוגעזאגט און נאכדעם מקיים געווען הייבט דער בעל ההגדה אהן קודם מיט א שבח צום אייבערשטען און דערפאר זאגען מיר:  

שורה 103: שורה 103:
וַנִּצְעַק אֶל יְיָ אֱלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ, וַיִּשְׁמַע יְיָ אֶת קֹלֵנוּ, וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ, וְאֶת עֲמָלֵנוּ, וְאֶת לַחֲצֵנוּ:  
וַנִּצְעַק אֶל יְיָ אֱלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ, וַיִּשְׁמַע יְיָ אֶת קֹלֵנוּ, וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ, וְאֶת עֲמָלֵנוּ, וְאֶת לַחֲצֵנוּ:  

וַנִּצְעַק אֶל יְיָ אֱלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ, נאר דער אייבערשטער האט געוואוסט פארוואס זיי שרייען כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפן אין אן אנדערן פסוק באריכות (שמות ב-כג) וַיְהִי בַיָּמִים הָרַבִּים הָהֵם, און עס איז געווען אין די לאנגע גלות וַיָּמָת מֶלֶךְ מִצְרַיִם, דער קעניג פון מצרים איז געשטארבען, און דעמאלס האבן די יודן געטראפען א געלעגנהייט צו וויינען צום אייבערשטען וועגן זייער שווערן מצב, ווייל סתם האבן זיי מורא געהאט פון די מצריים צו ווייזען אז זיי קלאגען אויף זייערע ביטערע מצב, אבער יעצט אז אלע וויינען וועט מען מיינען אז זיי וויינען פאר דעם זעלבען סיבה וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל און די יודן האבן געזיפצט אין הארץ מִן הָעֲבֹדָה וועגן די שווערע ארבעט, ווייל וואס זיי טראכטן אין הארץ ווייסען נישט די מצרים וַיִּזְעָקוּ און זיי האבן געשריגען, אבער זיי האבן נישט געזאגט פאר קיינעם פארוואס זיי שרייען, און די גוים האבן געמיינט אז זיי וויינען וועגן דעם מיתת פרעה, אבער וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹהִים זייער געבעט איז ארויף צום אייבערשטען, און נאר דער אייבערשטער האט געוואוסט אז דער געווייין איז מִן הַעֲבֹדָה פון די שווערע ארבעט און נישט וועגן מיתת פרעה.  
וַנִּצְעַק אֶל יְיָ אֱלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ, נאר דער אייבערשטער האט געוואוסט פארוואס זיי שרייען כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפן אין אן אנדערן פסוק באריכות (שמות ב-כג) וַיְהִי בַיָּמִים הָרַבִּים הָהֵם, און עס איז געווען אין די לאנגע גלות וַיָּמָת מֶלֶךְ מִצְרַיִם, דער קעניג פון מצרים איז געשטארבען, און דעמאלס האבן די יודן געטראפען א געלעגנהייט צו וויינען צום אייבערשטען וועגן זייער שווערן מצב, ווייל סתם האבן זיי מורא געהאט פון די מצריים צו ווייזען אז זיי קלאגען אויף זייערע ביטערע מצב, אבער יעצט אז אלע וויינען וועט מען מיינען אז זיי וויינען פאר דעם זעלבען סיבה וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל און די יודן האבן געזיפצט אין הארץ מִן הָעֲבֹדָה וועגן די שווערע ארבעט, ווייל וואס זיי טראכטן אין הארץ ווייסען נישט די מצרים וַיִּזְעָקוּ און זיי האבן געשריגען, אבער זיי האבן נישט געזאגט פאר קיינעם פארוואס זיי שרייען, און די גוים האבן געמיינט אז זיי וויינען וועגן דעם מיתת פרעה, אבער וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹקִים זייער געבעט איז ארויף צום אייבערשטען, און נאר דער אייבערשטער האט געוואוסט אז דער געווייין איז מִן הַעֲבֹדָה פון די שווערע ארבעט און נישט וועגן מיתת פרעה.  
וַיִּשְׁמַע יְיָ אֶת קֹלֵנוּ די תפלה איז געווארען אנגענומען כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט מער מפורש אין אן אנדערע פסוק (שמות ב-כד) וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶת נַאֲקָתָם, דער אייבערשטער האט געהערט זייער געשריי, און ער האט אנגענומען זייער תפלה וַיִּזְכֹּר אֱלֹהִים אֶת בְּרִיתוֹ, ווייל דער אייבערשטער האט געדענקט זיין בונד וואס ער האט געשוואוירען אֶת אַבְרָהָם, אֶת יִצְחָק, וְאֶת יַעֲקֹב: מיט אברהם יצחק און יעקב.  
וַיִּשְׁמַע יְיָ אֶת קֹלֵנוּ די תפלה איז געווארען אנגענומען כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט מער מפורש אין אן אנדערע פסוק (שמות ב-כד) וַיִּשְׁמַע אֱלֹקִים אֶת נַאֲקָתָם, דער אייבערשטער האט געהערט זייער געשריי, און ער האט אנגענומען זייער תפלה וַיִּזְכֹּר אֱלֹקִים אֶת בְּרִיתוֹ, ווייל דער אייבערשטער האט געדענקט זיין בונד וואס ער האט געשוואוירען אֶת אַבְרָהָם, אֶת יִצְחָק, וְאֶת יַעֲקֹב: מיט אברהם יצחק און יעקב.  

וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ: דער אייבערשטער האט געזעהן דעם "ענוי" דעם פיין. ענוי מיינט זוֹ פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ. זיך אפשיידען פון די שטייגער פון די וועלט, דאס הייסט אז זיי האבן זיך גע'פייניגט דורך זיך צוריק האלטען פון הנאות כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפען אין אן אנדערע פסוק מער מפורש וַיַּרְא אֱלֹהִים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. דער אייבערשטער האט געזעהן וואס די יודן טוען וַיֵּדַע אֱלֹהִים און נאר דער אייבערשטער האט דערפון געוואוסט, מוז זיין אז דאס גייט ארויף אויף זאכן וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, קומט אויס אז דאס איז זאכן וואס דער מענטש האלט זיך צוריק פון זיינע תענוגים, וואס קיינער ווייסט נישט דערפון נאר דעם אייבערשטען:  
וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ: דער אייבערשטער האט געזעהן דעם "ענוי" דעם פיין. ענוי מיינט זוֹ פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ. זיך אפשיידען פון די שטייגער פון די וועלט, דאס הייסט אז זיי האבן זיך גע'פייניגט דורך זיך צוריק האלטען פון הנאות כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפען אין אן אנדערע פסוק מער מפורש וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. דער אייבערשטער האט געזעהן וואס די יודן טוען וַיֵּדַע אֱלֹקִים און נאר דער אייבערשטער האט דערפון געוואוסט, מוז זיין אז דאס גייט ארויף אויף זאכן וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, קומט אויס אז דאס איז זאכן וואס דער מענטש האלט זיך צוריק פון זיינע תענוגים, וואס קיינער ווייסט נישט דערפון נאר דעם אייבערשטען:  

וְאֶת עֲמָלֵנוּ. "עמלות" מיינט זאכן וואס א מענטש פלאגט זיך פאר גארנישט, מוז דאך זיין אז דאס גייט ארויף אֵלּוּ הַבָּנִים אויך די גזירה וואס פרעה האט געהייסן דעטרינקען די קינדער, קומט אויס אז זיי האבן זיך געמוטשעט פאר זייערע קינדער פאר גארנישט ווייל צום סוף האט מען זיי דעטראנקען [אלעס וואס א מענטש מוטשעט זיך איז דאך פאר זיינע קינדער, אז זיי זאלען זיין ערליך] כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק מער מפורש, ווי פרעה האט געהייסען אז כָּל-הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ, יעדער געבוירענע זוהן זאל מען דעטרונקען וְכָל-הַבַּת תְּחַיּוּן: און יעדער טאכטער קען מען לאזן לעבען. (עס זענען דא וואס זאגען אז דאס וואס ער האט געלאזט לעבן די טעכטער איז אויך געווען מיט א שלעכטע כוונה, ווייל ער האט דאך שוין געזעהן אז לבן וואס האט געוואלט הרג'נען אויך די טעכטער האט נישט מצליח געווען, האט ער געטראכט אז אויב ער וועט לאזן די טעכטער לעבן, אפשר וועט דער אייבערשטער איהם יא צולאזן) [איך שטייט אז זיין חשבון איז געווען אז אויב אלע מענער וועלען שטארבן, וועלען אלע מיידליך חתונה האבן מיט מצריות, און אזוי וועלען זיי אינגנאצען פארגעסן אז זיי זענען אמאל געווען יודן].  

שורה 122: שורה 122:
שטייט ווייטער אין פסוק: וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה. דאס ווארט "נטויה" וועל איך זאגען אז עס מיינט זוֹ הַחֶרֶב. א מכה וואס איז געווען מיט א שווערד, וואס דאס איז מכת בכורות. ווי טרעפען מיר אז "זרוע נטויה" האט א שיכות צו א שווערד? כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, (דברי הימים א-כא) וְחַרְבּוֹ שְׁלוּפָה בְּיָדוֹ, און זיין האנט איז אויסגעשטרעקט אין זיין האנט נְטוּיָה עַל יְרוּשָׁלָיִם: גענייגט אויף ירושלים.  

וּבְמוֹרָא גָּדוֹל זֶה גִּלּוּי שְׁכִינָה, דער מדרגה פון "ובמורא גדול" גייט ארויף אויף דעם גילוי שכינה, דאס מיינט אז עס איז באקאנט געווארען צו די יודן דארך די אותות ומופתים דער געוואלדיגע כבוד פונעם אייבערשטען דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט משדד געווען אלע מערכת השמים וועגן כלל ישראל, דאס אלעס איז געווען כדי זיי ארויסצונעמען פון די טיפקייט פון די טומאה און פון אלע עבודה זרה'ס פון מצרים, און צו קענען משריש זיין אין זייער הארץ אמונה בה' כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק אוֹ הֲנִסָּה אֱלֹהִים, צו דען האט אן אפגאט געטוהן אזעלעכע ניסים לָבוֹא לָקַחַת לוֹ גוֹי מִקֶּרֶב גּוֹי, צו נעמען א פאלק (די יודן) וואס איז געווען געזונקען אין טומאת ע"ז פון א פאלק (די מצריים) וואס איז געווען פיל מיט עבודה זרה'ס, און אריינלייגן אין זיי אמונה בה' בְּמַסֹּת בְּאֹתֹת וּבְמוֹפְתִים וּבְמִלְחָמָה, דארך ניסים און און וואונדער, און דארך מלחמה מיט די גוים וּבְיָד חֲזָקָה מיט א שטארקע האנט פון מכות וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה, און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם ווי די ניסים איז געווען באקאנט פאר יעדעם וּבְמוֹרָאִים גְּדֹלִים און מיט גרויסע מראות, ווי יעדער האט געזעהן ווי דער אייבערשטער האט משדד געווען די טבע כְּכֹל אֲשֶׁר עָשָׂה לָכֶם יְיָ אֱלֹקֵיכֶם בְּמִצְרַיִם, אזוי ווי אלעס וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר אייך אין מצרים לְעֵינֶיךָ אז עס זאל זיין אפען צו אייערע אייגענע אויגען, אלעס כדי אז מען זאל קענען ארויס גיין פון טומאת מצרים און גלייבן אז ה' אחד. וויבאלד דער פסוק זאגט אז דאס איז געווען אז איר זאלט אליין זעהן מיט די אייגענע אויגן, וועל איך זאגען אז ווען עס שטייט אין פסוק "ובמוראים גדולים" מיינט דאס "גלוי שכינה".  
וּבְמוֹרָא גָּדוֹל זֶה גִּלּוּי שְׁכִינָה, דער מדרגה פון "ובמורא גדול" גייט ארויף אויף דעם גילוי שכינה, דאס מיינט אז עס איז באקאנט געווארען צו די יודן דארך די אותות ומופתים דער געוואלדיגע כבוד פונעם אייבערשטען דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט משדד געווען אלע מערכת השמים וועגן כלל ישראל, דאס אלעס איז געווען כדי זיי ארויסצונעמען פון די טיפקייט פון די טומאה און פון אלע עבודה זרה'ס פון מצרים, און צו קענען משריש זיין אין זייער הארץ אמונה בה' כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק אוֹ הֲנִסָּה אֱלֹקִים, צו דען האט אן אפגאט געטוהן אזעלעכע ניסים לָבוֹא לָקַחַת לוֹ גוֹי מִקֶּרֶב גּוֹי, צו נעמען א פאלק (די יודן) וואס איז געווען געזונקען אין טומאת ע"ז פון א פאלק (די מצריים) וואס איז געווען פיל מיט עבודה זרה'ס, און אריינלייגן אין זיי אמונה בה' בְּמַסֹּת בְּאֹתֹת וּבְמוֹפְתִים וּבְמִלְחָמָה, דארך ניסים און און וואונדער, און דארך מלחמה מיט די גוים וּבְיָד חֲזָקָה מיט א שטארקע האנט פון מכות וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה, און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם ווי די ניסים איז געווען באקאנט פאר יעדעם וּבְמוֹרָאִים גְּדֹלִים און מיט גרויסע מראות, ווי יעדער האט געזעהן ווי דער אייבערשטער האט משדד געווען די טבע כְּכֹל אֲשֶׁר עָשָׂה לָכֶם יְיָ אֱלֹקֵיכֶם בְּמִצְרַיִם, אזוי ווי אלעס וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר אייך אין מצרים לְעֵינֶיךָ אז עס זאל זיין אפען צו אייערע אייגענע אויגען, אלעס כדי אז מען זאל קענען ארויס גיין פון טומאת מצרים און גלייבן אז ה' אחד. וויבאלד דער פסוק זאגט אז דאס איז געווען אז איר זאלט אליין זעהן מיט די אייגענע אויגן, וועל איך זאגען אז ווען עס שטייט אין פסוק "ובמוראים גדולים" מיינט דאס "גלוי שכינה".  

וּבְאֹתוֹת. צייכענעס זֶה הַמַּטֶּה, דאס מיינט דער שטעקען פון משה רבינו כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק (שמות ד-יז) וְאֶת הַמַּטֶּה הַזֶּה תִּקַּח בְּיָדֶךָ. אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה בּוֹ אֶת הָאֹתֹת: דער אייבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו ווען דו וועסט שטיין פאר פרעה זאלסטו טוען מיט דעם שטעקען די אלע צייכענעס.  