דאס קעסטל אויפן הויפט בלאט פון די נייע געשריבענע ארטיקלען, איז זיך נישט 'מתעדכן' (באריכטעט?!) אטאמאטיש?
שמועס:מ"ח קניני תורה
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
נישט אויטאמאטיש, ס'איז איינע פון די זאכן וואס איך דארף טון ביים אריבערפירן, און כ'האב עס פארפעלט...
פארוואס טאקע נישט? איך בין נישט קיין מבין, אבער איך שטעל מיך פאר אז מ'קען אוועקשטעלן עפעס א געוויסן מוסטער וואס וועט דאס אריינשטעלן אהין (ווי צום ביישפיל די מוסטער "דרעפט" אד"ג).
אויף העברעיש האבן מיר אפאר געטאנעט אז זיי ווילן אז נאר א ערך וואס איז גענוג חשוב זאל אריינגיין דארט.
איך מיין אז ס'איז נאריש, א. ווייל די געדאנק דערפון דארף צו זיין צו מעדכן זיין די עולם אויף נייע ארטיקלען, וואס צומאל איז אינטערעסאנט אויך קורצע אדער נישט אזוי וויכטיגע (און אויב ס'איז נישט אינטערעסאנט האט דאס נישט וואס צו זוכן אויף המכלול!!!). ב. קומט דאס צו געבן צו פארשטיין פאר אזעלכע וואס זענען נישט אזוי באקאנט און המכלול, אז ס'לעבט דא, ס'איז דא א גאנצן צייט פרישע ארטיקלען, טיכטיגע שרייבערס וכו' וכו', ווי צום ביישפיל, איך, וואס איך בין כמעט נישט אזוי אקטיוו אויף העברי די לעצטע שטיק צייט, בין איך געווען זיכער אז די מנטרים דארט זענען אייינגעשלאפן, שוין באלד א חודש צייט אדער מערער וואס די לעצטע נייע געשרחבענע ארטיקל איז רבי ישראל לאנדא, אבער נעכטן איז מיר נתברר געווארן אז לא כן פני הדברים, נאר ס'איז פשוט נישט מעודכן!!!. ג. פאר די שרייבערס - וואס זענען בשר ודם אלע - גיבט דאס א שטארקן שטופ און א אינטערהאלט ווען מ'זעט זייערע געשריבענע ארטיקלען, וואס זיי האבן שווער געארבעט דערויף, ערשיינען א שטיק צייט די הויפט אריינגאנג, און נישט נאר אויב איינער זוכט דאס צופעליג קומט ער אן צו דעם!!!!
ביסט זייער גערעכט און מען דארף עס טאקע נישט נאר בייטן דא. נאר אויך אויף העבריעש. אויב דו קענסט שרייב עס דארט. אדער אפשר קען דאס צמא לדעת אדער אנדערע דאגען.
האט'ס אמונה איך האב געהאפנט דעם נושא אין העברעיש שרייב דארט צו דיין מיינונג אויב דו קעסט. כדי איך זאל נישט זיין אליין.
לענ"ד איז דא ביי אונז ב"ה אלע ארטיקלען גענוג חשוב און ווערד אריינצוגיין אין הויפט בלאט. אויסער אלף כסף ארטיקלען, וואס דאס לייגט מען נישט אריין.
פארוואס?
נישטא קיין עלטערע טעמעס