רוי:ציוניזם

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ציוניסטיש)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מדינת ישׂראל
Flag of Israel.svg
געאגראפיע
ארץ ישראל
דיסטריקטן  ·  · טראַנספארט

מיטלענדישער ים  · ים סוף

ים המלח  · ים כנרת

ירושלים  · תל-אָביב · יפו

היסטאָריע פון מדינת ישׂראל
ציוניזם   ‫צייטפּלאַן פון ציוניזם
עליה   ‫צייטפּלאַן פון עליה

הרצל  · סייקס-פיקא פארשטענדעניש

באַלפור ‫דעקלאַראַציע  · ‫מאַנדאַט
כ"ט בנובמבר
זעלבסטשטענדיגקייט דעקלאַראַציע
עקאנאמיע
וויסן און טעכ.  · פירמעס
אוניווערזיטעטן  · ענטרעפרענורן
דעמאגראפיע  · קולטור
אידישקייט  · ישראלדיקע אראבער  · קיבוץ
מוזיק  · ארכעאלאגיע
שרייבער  · באקאנטע ישראלים

פּאָליטיק

פאַרטייען  · וואלן  · כנסת
פרעמיער מיניסטער  · פרעזידענט
אומקער געזעץ  · הלכה
אויסערן פאליטיק  · UN
ישראל זיכערהייטס קרעפטן

צבא הגנה לישׂראל

מוסד  · שירות הביטחון הכללי  · אמ"ן
סיירת  · ימ"ם  · מג"ב  · מצ"ח
מיטל מזרח קאנפליקט
אומאפהענגיגקייט-קריג  · פייער שטילשטאנד 1949
1956 קריג  · זעקסטאגיגע מלחמה
1970 קריג  · יום כיפור מלחמה
ליטאני אקציע  · ערשטע/צווייטע לבנון מלחמה
אראבישע ליגע  · קעמפ דעיוויד
אָפמאַכן מיט: מצרים / יאַרדן
ישראל פאלעסטינער קאנפליקט
ישראל-פאלעסטין ‫צייטפּלאַן
ערשטע אינטיפאדע  · על אקצא אינטיפאדע
התנתקות פלאן
דער פריד פראצעס

ישראל ציוניזם (ציונות אין העברעאיש), פון נאמען "ציון", איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן, ארץ ישראל.

ציונות איז צושטאנד געקומען אין דער ענדע 19טע י"ה מיט'ן אנגעבליכן ציל, צו דינען אלס לייזונג אנטקעגן די ביטערע אנטיסעמיטיזם וואס אידן האבן געליטן איבער די וועלט, הויפטזעכליך אין מזרח אייראפע. אין יאר ה'תרס"ג האט טעאדאר הערצל געשריבן זיין בוך דער יודענ-שטאט, אין וועלכע ער לייגט פאר זיין חלום פאר אן אידישעם לאנד מיט א פארגעשריטענע קולטור, זיך צו פארגלייכן צו דער צענטערס קולטור פון מערב אייראפע.

די ערשטע פארטרעגער פון ציונות האבן נישט אלע געצילט אויף דעם היסטארישן לאנד ארץ ישראל. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז עס וועט זיין גרינגער און פראקטישער צו גרינדן א לאנד אין שטחים פון אפריקע אדער דרום אמעריקע (אין לאנד אוגאנדע). מיט דער צייט איז אבער געווארן אנגעשלאסן אין דער אידעע פון ציונות א שטארק רעליגיעזער עלעמענט, געטריבן דורך די אור אלטע אידישע בענקשאפט צו ציון. די פירערשאפט פון די ניי-געבוירענער שוועבונג האט איינגעזעהן אז נאר מיט'ן באטיילונג פון די רעליגיעזע ציונים וועט די שוועבונג האבן א קיום און א מעגליכקייט צושטאנד צוקומען, און דער פלאן פון בויען א לאנד ערגעץ אין אפריקע אדער דרום אמעריקע איז בטל געווארן.

רוב חרד'ישע אידן אין פוילן, אונגערן, און רוסלאנד זענען אין אלגעמיין געווען שטארק דערגעגן דער געדאנק פון ציונות. הויפטזעכליך אין דער התנגדות געווען צוליב זייער מיינונג אז די תורה ערלויבט נישט איינצונעמען ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אויך איז דער סעקולערער גייסט פון דעם שטרעמונג זיי געווען שטארק דערווידערדיג. די אגודת ישראל ארגאניזאציע אין פוילן, ר' רבי שמשון רפאל הירש ז"ל אין דייטשלאנד, און דער מונקאטשער רב, רבי חיים אלעזר שפירא דער בעל מנחת אלעזר, און דער סאטמארער רבי ר' רבי יואל טייטלבוים בעל ויואל משה, אין אונגערן האבן פילע ארטאדאקסישע רבנים שטארק געקעמפט קעגן ציונות.

דאס טרוים פון ציונות איז צושטאנד געקומען ה' אייר ה'תש"ח, מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!