רוי:רבי חיים אלעזר שפירא

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:מונקאטשער רב)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים אלעזר שפירא
געבורט ה' טבת ה'תרל"ב
סטריזשעוו
פטירה ב' סיון ה'תרצ"ז
כינוי שו"ת מנחת אלעזר
מקום קבורה מונקאטש
טעטיגקייט אָרט מונקאטש
דינאסטיע מונקאטש
3'טער מונקאטש'ער רבי


רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל (ה' טבת ה'תרל"ב - ב' סיון ה'תרצ"ז), רב אין מונקאטש, באקאנט אלס דער מנחת אלעזר.

אפשטאם

רבי חיים אלעזר איז געבוירן אין סטריזשעוו ה' טבת ה'תרל"ב צו זיין פאטער הרב צבי הירש שפירא, רב אין מונקאטש, דער דרכי תשובה, א זון פון הרב רבי שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב רבי אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת אסתר א טאכטער פון הרב רבי חנינא הורוויץ פון אוליאנאוו.

רבנות

אין עלטער פון צוויי און דרייסיג יאר איז רבי חיים אלעזר שוין געווען ראש בית דין אין מונקאטש. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרע"ד איז רבי חיים אלעזר געווארן רב אין מונקאטש.

אדמו"רות

דעם צווייטן טאג סוכות תרע"ד (1913), אן ערב שבת, איז זיין פאטער נפטר געווארן און די קבורה איז פארגעקומען יום טוב. גלייך ווען זיי זענען צוריקגעקומען פון דער לווייה פרייטאג צונאכט האט ער אנגעהויבן פירן די רביסטעווע מיט א "טיש", זאגן תורה און ניגונים.

עטליכע וואכן נאכהער, זונטאג פון פרשת וישלח, האט מען אים באשטימט אפיציעל שטאטס רב מיט א כתב רבנות געשריבן און אונטערגעשריבן אויף קלף דורך די קהילה עסקנים.

בשעת דעם ערשטן וועלט קריג (1914–1918), איז מונקאטש געווען א גרעניץ שטאָט, און פילע יידישע פליטים זענען דארט אנגעקומען. דער רבי האטהאט געארבעט אסאך לטובת די פליטים פון גאליציע אין מונקאטש.

הסתלקות

רבי חיים אלעזר איז נפטר געווארן ב' סיון ה'תרצ"ז.

פאמיליע

רבי חיים אלעזר האט געהייראט אין יאר ה'תרמ"ז בזיווג ראשון מרת חיה חאשא א טאכטער פון הרב שרגא יאיר ראבינאוויטש, אן אייניקל פון הרב יעקב יצחק ראבינאוויטש, דער איד הקדוש פון פשיסחא. אין יאר ה'תרס"ו ווען זיי זענען נאך נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער האט ער זי גע'גט.

חשון ה'תרס"ז האט רבי חיים אלעזר געהייראט בזיווג שני מרת רחל פערל א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין פון קאמארנא. זייער טאכטער:

זיינע ספרים

  • אות חיים ושלום - הלכות תפילין ומילה
  • נימוקי אורח חיים
  • דרכי חיים ושלום
  • מאמר זכרון צדיקים - מילי דהספידא
  • שער יששכר
  • חיים ושלום
  • דברי תורה
  • חמשה מאמרות
  • עולת תמיד - מסכת תמיד
  • מסעות ירושלים
  • שו"ת מנחת אלעזר

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!