רוי:פיזיק

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:פיזיקע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פיזיק (פון אלטגריכיש:‏(φυσική (ἐπιστήμη, פיזיקע (עפיסטעמע), וויסן פון נאטור[1]) איז די וויסנשאַפט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען - מאטעריאל און קראפט. געווענליך, ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פארמולעס. דער ציל פון פיזיק איז אויפקלערן וויאזוי אביעקטן באוועגן זיך אין רוים און צייט און צו פארשטיין וויאזוי דער אוניווערס פירט זיך.

אויך קען פיזיק זיין דעפינירט ווי "דער אפטייל פון וויסן וואס איז שייך צום סדר פון נאטור, אדער, אין אנדער ווערטער, צום רעגולערן נאכאנאנד פון געשעענישן".[2]

אסטראנאמיע, די עלטסטע וויסנשאפט, איז א טייל פון פיזיק. אין דער פארגאנגענהייט איז פיזיק געווען א טייל פון נאטור-פילאזאפיע, צוזאמען מיט אנדערע פעלדער פון וויסנשאפט, ווי כעמיע און ביאלאגיע. בשעת דער וויסנשאפטליכער רעוואלוציע אין דעם 17טן יארהונדערט זענען די דאזיגע פעלדער געווארן באזונדער, און יעדע איינע איז געווארן אן אייגענער דיסציפלין.

פיזיק איז זייער וויכטיג אין דער אנטוויקלונג פון נייע טעכנאלאגיעס, ווי עראפלאנען, טעלעוויזיעס, קאמפיוטערס און יאדערישע וואפן. מעכאניק, א צווייג פון פיזיק, האט געהאלפן אנטוויקלען דאס מאטעמאטישע פעלד פון קאלקולוס.

מאדערנע פיזיק פארבינדט אידעען וועגן די פיר געזעצן פון סימעטריע מיט קאנסערוואציע פון ענערגיע, אימפעט, לאדונג, און פאריטעט.

היסטאריע פון פיזיק

אוראלטע אסטראנאמיע

אסטראנאמיע איז די עלטסטע נאטור-וויסנשאפט. די שומערן און די אוראלטע עגיפטער האבן שטודירט די שטערן, מערסטנס כדי פאראויסזען געשעענישן און ווי א טייל פון זייער רעליגיע. די ערשטע בבלישע שטערן מאפעס האט מען געמאכט בערך אין יאר 1200 פאר דער רעכענונג. אז אסטראנאמישע געשעענישן זענען פעריאדיש האבן שוין די בבליים געוואוסט.[3] זייער פארשטאנד איז נישט געווען וויסנשאפטליש, אזוי ווי מען פארשטייט דאס היינט, אבער זייערע אבזערוואציעס האבן באאיינפלוסט שפעטערע אסטראנאמיע. פיל אסטראנאמיע שטאמט פון מעסאפאטאמיע, מלכות בבל, אוראלט עגיפטן און אוראלט גריכנלאנד. אסטראנאמער פון עגיפטן האבן געבויט מאנומענטן וואס האבן געוויזן ווי הימלישע קערפערס באוועגן זיך. די נעמען פון די שטערן־גרופעס אין דעם צפון האלבקיילעך שטאמען מערסטן פון גריכישע אסטראנאמער.

פיזיק אין דער מיטל־עלטערישער אייראפעאישער און איסלאמישער וועלט

קלאסישע פיזיק

סיר אייזיק ניוטאן (1643–1727), וועמענ'ס געזעצן פון באוועגונג און אוניווערסאלע גראוויטאציע זענען געווען הויפט מיילשטיינער אין קלאסישער פיזיק

פיזיק איז געווארן א באזונדערע וויסנשאפט ווען די פריער־מאדערנע אייראפעער האבן געניצט עקספערימענטאלישע און קוואנטיטאווע מעטאדן צו אנטפלעקן וואס מען רופט היינט די געזעצן פון פיזיק.[4] די הויפט אנטוויקלונגען אין דער דאזיגער תקופה שליסן איין טוישן דעם געאצענטרישן מאדעל פון דער זון-סיסטעם מיט דעם העליאצענטרישן קאפערניק מאדעל, די געזעצן פון דער באוועגונג פון פלאנעטארישע קערפערס וואס יאהאנעס קעפלער האט פעסטגעשטעלט צווישן 1609 און 1619, פיאנער-ארבעט אויף טעלעסקאפן און אבזערווירטע אסטראנאמיע דורך גאלילעא גאלילעאי אין די 16טער און 17טער יארהונדערטער, און אייזיק ניוטאנ'ס אנטדעקונג און פאראייניגונג פון די געזעצן פון באוועגונג און אוניווערסאלע גראוויטאציע וואס טראגן היינט זיין נאמען.[5]

ניוטאן האט אויך אנטוויקלט דעם קאלקולוס,[lower-alpha 1] די מאטעמאטישע שטודיע פון ענדערונג, וואס האט פארזארגט נייע מאטעמאטישע מעטאדן צו לייזן פראבלעמען אין פיזיק.[6]

פון דעם אנהייב פונעם 18טן יארהונדערט, איז טערמאדינאמיק אנטוויקלט געווארן דורך בויל, יאנג און אנדערע. אין 1733, האט דניאל בערנולי אוועקגעלייגט די יסודות פון סטאטיסטישער מעכאניק. אין 1798 האט טאמפסאן אילוסטרירט ווי ארבעט קען ווערן געענדערט צו היץ און אין 1847 האט דזשול פארמולירט דעם געזעץ פון קאנסערווירונג פון ענערגיע.

אין יאר 1895 האט ווילהעלם קאנראד רענטגען האט אנטפלעקט רענטגען שטראלן, וואס זענען פאקטיש עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס מיט א הויכן פרעקווענץ. ראדיאאקטיוויטעט איז אנטפעלקט געווארן דורך אנרי בעקערעל, און איז געווארן ווייטער געפארשט דורך פיער און מארי קירי, און אנדערע. דאס האט אוועקגעשטעלט די באזיס פארן פעלד פון קערנפיזיק.

מאדערנע פיזיק

מאקס פלאנק (1858–1947), דער איניציאטאר פון דער טעאריע פון קוואנטן-מעכאניק
אלבערט איינשטיין (1879–1955), וועמענ'ס ארבעט אויפן פאטא-עלעקטרישן עפעקט און אויף דער טעאריע פון רעלאטיוויטעט האט געברענגט צו א רעוואלוציע אין 20סטן-יארהונדערט פיזיק

מאדערנע פיזיק האט אנגעהויבן אין דעם אנהייב 20סטן יארהונדערט מיט דער ארבעט פון מאקס פלאנק אין קוואנטן-טעאריע און אלבערט איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט. די ביידע טעאריעס זענען געווארן אנטוויקלט צוליב אומפונקטליכקייטן אין קלאסישער מעכאניק אין געוויסע סיטואציעס. קלאסישע מעכאניק האט פאראויסגעזאגט אן ענדערבאר גיך פון ליכט, וואס איז א סתירה צו דער קאנסטאנטער גיך פון ליכט פאראויסגעזאגט דורך מאקסוועל'ס גלייכונגען פון עלעקטראמאגנעטיזם; דאס איז געווארן פארראכטן דורך איינשטיינ'ס ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס פארבייט קלאסישע מעכאניק פאר קערפערס וואס באוועגן זיך גיך, און נעמט איין א קאנסטאנטע גיך פון ליכט.[7] שווארצער-קערפער שטראלונג האט פארזארגט נאך א פראבלעם פאר קלאסישער פיזיק, וואס איז געווארן פארראכטן ווען פלאנק האט פארגעשטעלט אז די אנטוועקונג פון מאטערישע אסצילאטארן איז מעגלעך נאר אין דיסקרעטע טריט פראפארציאנעל צו זייער פרעקווענץ; this, along with the צוזאמען מיטן פאטא-עלעקטרישן עפעקט און א קאמפלעטער טעאריע וואס האט פאראויסגעזאגט דיסקרעטע ענערגיע ניוואען פון עלעקטראן ארביטאלן, האט דאס געפירט צו דער טעאריע פון קוואנטן-מעכאניק וואס האט איבערגענומען פון קלאסישער פיזיק פאר קליינע דיסטאנצן.[8]

אפטיילונגען אין פיזיק וויסנשאפט

זעט ווייטער

פיזיקער


הערות

  1. At the start of The Feynman Lectures on Physics, Richard Feynman offers the atomic hypothesis as the single most important scientific concept, that all things are made up of atoms – little particles that move around in perpetual motion, attracting each other when they are a little distance apart, but repelling upon being squeezed into one another ..."
  2. Maxwell J.C. 1878. Matter and motion. Van Nostrand, p9. ISBN 0-486-66895-9
  3. Aaboe A. 1991. Mesopotamian mathematics, astronomy, and astrology. The Cambridge Ancient History. Volume III (2nd ed). Cambridge University Press. ISBN 978-0-521-22717-9
  4. מוסטער:Harvard citation no brackets
  5. מוסטער:Harvard citation no brackets
  6. מוסטער:Harvard citation no brackets
  7. מוסטער:Harvard citation no brackets
  8. מוסטער:Harvard citation no brackets

רעפערענצן


PrirodneNauke.png דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "lower-alpha", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="lower-alpha"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.