רוי:מעכאניק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מעכאניק איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיטן באשרייבונג און אויספארשונג פון די בעוועגונג פון פיזיקאלישע קערפער אונטער דעם איינפלוס פון קראפטן אדער קראפט פעלדער.

היסטאריע

די דריי געזעצן פון ניוטאן

1. יעדער קערפער וועט אנגיין מיט זיין יעצטיגן באוועגונגס צושטאנד (ד.ה. גיכקייט און ריכטונג) ווי לאנג עס ארבעטן נישט אויף אים קיין קראפטן. אין אנדערע ווערטער, אויב דער קערפער איז אין א א צושטאנד פון רוה וועט ער ווייטער רוהען ווי לאנג עס וועלן אויף אים נישט ארבעטן קיינע קראפטן. אויב איז ער אין או צושטאנד פון זיך בעוועגן מיט א געוויסן שנעלקייט, וועט ער אנגיין מיט דעם בעוועגונג און זיך בעוועגן מיט די זעלבע שנעלקייט און אין דעם זעלבן ריכטונג ווי לאנג עס וועט נישט ארבעטן אויף אים א קראפט דאס צו ענדערן.

2. דער קראפט וואס ארבעט אויף א קערפער איז פראפארציאנעל צו זיין פערגיכונג און די מאסע פון דעם אייגנשאפט. אין אנדערע ווערטער, א קראפט ברענגט צו אן ענדערונג אין דעם שנעלקייט (ווי צום ביישפיל פון 1 מייל א שעה צו צוויי מייל א שעה) וואס איז פראפארציאנעל צו דער גרייס פון דעם קראפט, ד.ה. דער שינוי איז גרעסער וואס גרעסער דער קראפט. מיט א געגעבענער קראפט וועט דער ענדערונג זיין קלענער וואס גרעסער די מאסע.

3. אויב א קערפער שאפט א קראפט אויף אן אנדער קערפער וועט יענער קערפער צוריק שאפן א קראפט אויף אים וואס האט די זעלבע שטארקהייט און איז אין דעם פארקערטן ריכטונג.

אפטיילונגען אין מעכאניק

קינעמאטיק

קינעמאַטיק איז דער באשרייבונג פונעם פיזיקאלישן־קערפער באוועגונג, אָן זיך אפצוגעבן מיט וואס איז דער אורזאך פון דעם באוועגונג.

סטאטיק

סטאטיק איז דער פארשונג פון די אומשטאנדען אונטער וועלכע קערפער זענען אין גלייכגעוויכט.

דינאמיק

דינאמיק איז דער פארשונג פון די וועגן אין וועלכער א מעכאנישער סיסטעם ענדערט זיך איבער די צייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!