רוי:יאהאנעס קעפלער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יאהאַנעס קעפלער
וואוינארט באדן-ווירטמבורג, בעהמען, אייבער עסטרייך
הויפט ביישטייערן
קעפלער'ס געזעצן

יאהאַנעס קעפלער (דייטש: Johannes Kepler;‏ 27סטן דעצעמבער, 1571 – 15טן נאוועמבער, 1630) איז געווען א דייטשער מאטעמאטיקער, אסטראנאם און אסטראלאג. ער איז געווען טעטיק אין דער וויסנשאפטליכער רעוואלוציע פון דעם 17טן יארהונדערט, און ער איז שטארק באקאנט פאר די געזעצן פון פלאנעטארישער באוועגונג, אויף זיין נאמען. קעפלערס פארשונגען זענען געווען א פונדאציע פון אייזיק ניוטאנס טעאריע פון אוניווערסאלער גראוויטאציע.

קעפלער האט אנגעהויבן זיין קאריערע א לערער פון מאטעמאטיק אין א שולע אין גראץ, עסטרייך. שפעטער איז ער געווארן א העלפער צום אסטראנאם טיכא בראהע, און ענדלעך איז ער געווארן דער אימפערישער מאטעמאטיקער צו די קיסרים רודאלף דער צווייטער, מאטיאס, קייסער פון דער הייליקער רוימישער אימפעריע און פערדינאנד דער צווייטער.

ער האט אויך געארבעט אין דעם פעלד פון אפטיק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!