רוי:ערווין ראמעל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ערווין ראמעל

ערווין יאהאן אויגען ראמעל (דעם 15טן נאוועמבער 1891 - דעם 14טן אקטאבער 1944) איז געווען באוואוסט אלס דער "מדבר פוקס".

ער איז געבוירן אין היידלהיים, דייטשלאנד. ער האט געלערנט אין א מיליטערישער קאדעטן שולע. זיין טרוים איז געווען, צו ווערן אן אינזשעניר, אבער ער איז געבליבן אין מיליטערישער שולע, און גראדואירט אלס לייטענאנט.

ערשטע וועלט מלחמה

אין דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געווען אן אפיציר אויפן פראנצויזישן פראנט, אין איטאליע, און אויך אין רומעניע, און ער האט באקומען דריי מעדאלן אלס אויסצייכענונג. ער איז געווארן באוואוסט אלס איינער וואס נעמט שנעלע שריט, און נאכדעם וואס דער פיינט איז געווארן צומישט, האט ער עס אויסגענוצט צו פארטומלען די פיינט, און אייננעמען א ניצחון.

צווישן די וועלט מלחמות

נאך דער מלחמה איז ער געווארן א לערער אין דרעזדן, אין דער מיליטערישער שולע, וואו ער האט געלערנט טאקטיק פון מלחמה. ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט, איז ער גערופן געווארן, און געווארן א גענעראל אין דער ווערמאכט. ער איז געווען גענעראל פון דער זיבעטער געפאנצערטער דיוויזיע, און אויך דער אפיציר פון דער לייב גווארדיע פון היטלער. ביי די צוגרייטינגען צו דער פוילישער אינוואזיע האט ער נישט א טייל גענומען.

צווייטע וועלט מלחמה

זייענדיק דער גענעראל פון דער זיבעטער געפאנצערטער דיוויזיע, האט ער אטאקירט פראנקרייך, און די דייטשן זענען געווען זיגרייך אין דעם קריג, און אלס אויסצייכענונג איז ער געווארן קאמאנדיר פון עטליכע דיוויזיעס. ווען איטאליע איז דורכגעפאלן מיט איר קאמף אין ליביע, איז ער אריבערגעשיקט געווארן מיט זיין ארמיי, קיין אפריקע. זיין ארמיי האט מען גערופן דעם אפריקע-קארפוס, און האט דארט געווינען גלענצנדע ניצחונות, און ער האט דערפאר באקומען זיין צונאמען, "מדבר פוקס".

ווען די אמעריקאנער און בריטישע ארמייען האבן זיגרייך ארויסגעשטויסן די דייטשן פון צפון אפריקע, איז ער געווארן גענעראל פון ארמיי B וואס איז געווען אין איטאליע, און דערנאך אין נארמאנדי, וואו ער האט אויפגעשטעלט באפעסטיגטע פאזיציעס, אין פאל די אליאירטע גייען אטאקירן.


די דורכגעפאלענע אטענטאט אויף היטלער

אויבן אויף האט ער גארנישט געהאט מיט דעם, אבער נישט זייענדיג א מיטגליד אינעם נאצי פארטיי, האט מען אים אריינגערעכנט אין די ליסטע, פון מעגליכע קעגנער פון היטלער, ווען דער אטענטאט איז דורכגעפאלן, איז ראמעלס נאמען געווען פארשריבן אין עטליכע ליסטעס, די געסטאפא איז געקומען צו אים, און זיי האבן אים געזאגט, אדער נעמט ער זיך דאס לעבן, אדער ברענגט מען אים פאר א געריכט, ער האט גענומען ציאניד, און באגאנגען זעלבסטמארד.

ער איז דער איינציגסטער פון דייטשלאנד, וואס איז געווען ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, וואס מען האט אויפגעשטעלט א מוזעאום, אויף זיין נאמען, וויבאלד ער האט זיך קיינמאל נישט אנגעשלאסן צום נאצי פארטיי.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!