רוי:אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט
די אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: Podkarpackie פאדקאַרפאַצקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום־מזרח פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער ריישער, פשעמישלער, קראסנער און (טייל פון) טארנער און טארנאבזשעגער וואיעוואדעשאפטטן.
דער נאמען פון דעם פראווינץ שטאמט פון דער נאנטקייט צו די קארפאטן בערג. איר הויפטשטאט איז ריישע.
די פראווינץ האט גרעניצן מיט קליינפוילן צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון־מערב, לובלינער וואיעוואדעשאפט צו צפון, אוקראינע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 17,844 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 2,096,971 (אין 2006). די פראווינץ איז זייער בערגיק, און האט אסאך וועלדער וואס באדעקן 35.9% פונעם גאנצן שטח.
גרעסערע שטעט
שטאט | פוילישער נאמען | איינוואוינער |
---|---|---|
ריישע | Rzeszów זשעשוף | 171.330 |
טעקע:POL Przemyśl COA.svg פשעמישל | Przemyśl פזשעמישל | 66.756 |
טעקע:POL Stalowa Wola COA.svg ראזוואדאוו | Stalowa Wola סטאַלאוואַ וואלאַ | 64.753 |
מעליץ | Mielec מיעלעץ | 60.979 |
דזשיקאוו | Tarnobrzeg טאַרנאבדזשעג | 49.753 |
קראסנע | Krosno קראסנא | 47.455 |
דעמביץ | Dębica דעמביצאַ | 46.693 |
יעראסלאוו | Jarosław יאַראסלאַוו | 40.167 |
סאָניק | Sanok סאַנאק | 39.110 |
יאסלא | Jasło יאַסלא | 37.277 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!