פארטל:המכלול נייעס/תשרי תשפ"ד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לעבעדיגע פאראויסקוק, ביים רעדאגירן אט דעם בלאט.

נייעסלעך אויפן זייטל פון דורכאויס חודש תשרי ה'תשפ"ד, פון נאך די ימים נוראים.

  • אנגעהויבן און געענדיגט בעז"ה די סעריע פון סארטן יארן (קביעות).
  • איבער א דריטל המכלול ארטיקלען זענען שוין פארבינדן צו ארטיקלען איבער זיי.
  • איר קענט זען א "לעבעדיגע פאראויסקוק" בשעת איר רעדאגירט, וואס ווערט כסדר אויפגעפרישט לויט וואס איר שרייבט (אין בילד). אויב זעט איר נישט דעם מעגליכקייט, גייט צו בעטא-פונקציעס און מאכט זיכער עס צו אקטיווירן.
  • רוי בלעטער ווערן שוין אויטאמאטיש פארבינדן דירעקט אויפן זייטל, אנשטאט צו דארפן ווערן פארראכטן יעדעס מאל פון פריש דורך א באזונדערע טשאטשקע. דאס ברענגט בעז"ה עטליכע אויפטוען, צווישן זיי א קענטבארע פארשנעלערונג ביים לאודן א בלאט (ובפרט פאר ערשטמאליגע באניצער).
  • פארקורצטע געביט נעמען זענען צוגעלייגט געווארן. צום ביישפיל, קענט איר נוצן בש:תנא קמא אנשטאט ארויסשרייבן באַניצער שמועס:תנא קמא. זעט דא א פולע ליסטע פון די קיצורים.
  • דער זוכעניש-קעסטל ארבעט שוין אויפן נייעם וועקטאר סקין, ומיגו דזכינן לנפשין איז עס אויך פארראכטן געווארן אויף המכלול העברי.
ספרן של בינונים ברענגט אז "ליקוטי אמרים תניא" זאל ערשיינען.
  • זוכעניש פאר בלעטער איז היפש פארבעסערט געווארן בכלל. עס איז ביז דריי מאל שנעלער, ווייטערפירן קומען ארויף אויך אויב שטעלט מען נישט אריין דעם אנהויב ("סקו" ברענגט ארויף רבי יצחק טווערסקי, צוליב וואס "רבי יצחק פון סקווירא" פירט אהין), און נאך. דאס איז גילטיג נישט נאר אין זוכעניש-קעסטל, נאר אויך אין אזעלכע פלעצער ווי אויטאמאטישע ענדיגונג אדער דירעקט אריינשטעלן א לינק ביים רעדאגירן און אויפן זוך-רעזולטאטן בלאט (אין בילד).
(דאס איז דער אנהייב פון א לענגערע פראיעקט צו פארבעסערן זוכעניש אין אלערליי פלעצער און וואריאציעס וואו עס ווערט אויסגעפירט, ועוד היד נטויה בעז"ה)
  • אונטער ארטיקלען אין הויפט געביט קומט ארויף אן אויסוואל פון "פארבונדענע ארטיקלען", וועלכע דער סיסטעם באטראכט אלס גענוג נאנט און ענליך צום ארטיקל וואס איר האט יעצט געליינט.
  • א קורצע דעסקריפציע קען צוגעלייגט ווערן צו א בלאט, וואס ברענגט ארויס אין געציילטע ווערטער די טעמע פון דעם בלאט און וואס טוט עס פונאנדערשיידן פון אנדערע בלעטער. זעט {{דעסקריפציע}}. די דעסקריפציע ווערט געזען ביים זוכן אויף די נייע וועקטאר סקין, און ביים ליינען א בלאט. מיט דער צייט וועט מען בעז"ה אויסנוצן דעם אייגנשאפט אויף נאך אופנים.
  • עס מאכט זיך כסדר ביי גוט-באארבעטע ארטיקלען אז עטליכע מראי מקומות זענען בעצם צו איין מקור, און דער חילוק איז נאר אין סעיף קטן אדער סימן. א נייע "דארט" פאראמעטער צום הערה מוסטער געבט דעם מעגליכקייט קלאר און פראפעסיאנאל צאמצושטעלן אזעלכע מקורות. (זעט לישב בסוכה פאר עטליכע ביישפילן).
  • אויב לינקט איר צו א באדייטן בלאט ביים רעדאגירן, עפעס וואס איז געווענליך א טעות, וועט ערשיינען א זייטיגע קעסטל וואס וועט אייך אויפמערקזאם מאכן דערוועגן.
  • די פרישע שמועס-בלעטער ארבעטן שוין כראוי וכהוגן, אנדערש ווי געווען, ומיגו דזכינן לנפשין איז עס אויך פארראכטן געווארן אויף המכלול העברי.
  • א נייע פארזער פונקציע האט אנגעהויבן ארבעטן, {{#cscore:}}, וואס קען ווערן גענוצט צו רעכענען די פונקטן פון א געוויסן באניצער.
{{#cscore:צמא לדעת|score}} ⇐ 26,561 פונקטן
{{#cscore:צמא לדעת|changes}} ⇐ 102,191 טוישונגען
{{#cscore:צמא לדעת|pages}} ⇐ 26,009 בלעטער
  • ענליך דערצו איז {{PAGEAUTHORS}}, וואס געבט א ליסטע פון ביישטייערער צו א געוויסע בלאט (אדער פון בלאט אין וועלכע עס איז געשריבן, אויב קיין נאמען איז נישט אנגעגעבן), סארטירט לויט וויפיל זיי האבן בייגעשטייערט.
{{PAGEAUTHORS}} ⇐ צמא לדעת
{{PAGEAUTHORS:פיר תקופות}} ⇐ שווערמער, גרשון, נייטראלער, תנא קמא
די און אנדערע פונקציעס וועלן אי"ה בקרוב אויסגענוצט ווערן, דורך ספעציעלע מוסטערן און אנדערע אופנים, צו געבן אונזערע פלייסיגע עורכים דעם כבוד הראוי.
  • איר קענט זיך שוין באדאנקען מיט צופרידנהייט, אן דעם וואס דער סיסטעם זאל פון אייך פאדערן א באשטעטיגונג אז איר האט טאקע געהאט בדעה אויסצופירן דעם געוואגטן שריט פון שיקן א דאנק...