טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:צמא לדעת/פלוס תשפ"ג

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

מכלולאים פעילים

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

יא, וואס איז אייער באגער? 😄

עברי אנכי (שמועסביישטייערונגען)

אקטיווע מכלולאים יעצט ארבייט עס?

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

נישטא קקין אידיש ווארט פאר מכלולאים? (מכלול'ער?)

איך פרעג נאר, פאר מיר איז מכלולאי פונקט גוט

עברי אנכי (שמועסביישטייערונגען)

מיר ווארטן אויף א בעסערע טערמין... אויב פאלט דיר עפעס ביי, ביטע טיילט דאס מיט...

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

מכלולניק, מכלוליסט, מכלול'ער, מכלולטשיק....

עברי אנכי (שמועסביישטייערונגען)

"מכלוליסט" געפעלט מיר דאס בעסטע...

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דאס איז איין פון די פראגעס וואס איך האב געפלאנט אויפצוברענגען אין דיסקוסיע זאל. פערזענליך קלער איך אז ס'קען בלייבן מכלולאי, פונקט ווי דער גאנצער פראיעקט הייסט ווייטער המכלול; מען וועט זיך צוגעוואוינען דערצו און עס וועט ווערן א טערמין אין היימישע שפראך.

אגב, הרב שווערמער, איר דארפט צולייגן אייער נאמען אין מוסטער:אקטיווע מכלולאים אויב ווילט איר באקומען אן אלערט. אדער ווילט איר איך זאל דאס טון?

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

מסכים מיט דיר, כ'האב געווארפן פון ארבל ארויס...

גרשון (שמועסביישטייערונגען)

איך קלער ווי @צמא לדעת צו ניצן מכלולאי. "ניק" פון אייוועלט איז נאך אזוי מאדנע. מרכיב זיין מכלול מיט א אידישער סופיקס וועט נישט קלאפן.