שמועס:קרבנות הנשיאים
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אינערליכע (רויט)לינקס
בקשר צו דעם רעדאגירונג, וואלט איר זיך קעגנגעשטעלט איך זאל צוריקשטעלן די פארבינדונגען צו די נעמען פון די נשיאים און זייערע שבטים? אמת טאקע אז כרגע האבן מיר נישט די ארטיקלען, (אויך נישט אין רוי), אבער זיי וועלן דארפן אמאל געשריבן ווערן. עפעס א קלוגער איד האט מיר אמאל פריוואט געשריבן אז רויטלינקס פעלן אויס, צו טרייבן צום שרייבן... — צמא לדעת • שמועס • כ"ב אדר ה'תשפ"ג 13:06, 15 מערץ 2023 (IST)
- כן נראה לעניות דעתי, ווייל ווען ס'וועט געשריבן ווערן, מער מעגליך אז מ'וועט נישט אינגאנצן אלעס מקשר זיין אהין, אזוי אויך די אויס דריקליך ריכטיגע טענה אין נאמען פון א קלוגער יוד וואס הרב צמא לדעת האט געברענגט. באמערקונג: אסאך פון די ארטיקלען דא, זענען און ווערן אסאך מער פארברייטערט ווי אין העברי, ווי צום ביישפיל די ארטיקל!!! א גרויסן יישר כח אייך, הרב צמא לדעת אויפן פארברייטערן און אריבערפירן די ארטיקל!האט'ס אמונה (שמועס) 18:42, 15 מערץ 2023 (IST)
- איך וואלט מיך זיכער נישט קעגנגעשטעלט, אבער איך בין מחולק אז "זיי וועלן [אלע] דארפן אמאל געשריבן ווערן" זיכער נישט אין די נאנטע צוקונפט. (די נשיאים אין העברי זענען ע"פ רוב ווייטערפירונגען צו ע:נשיאי שבטי ישראל), און איך בין עפעס אויך נישט חושש אזוי ווייט אויף נישט מקשר זיין אלעס. וואס איך בין יא חושש איז אויפ'ן האבן א רויטע ים אין צענטער פונעם ארטיקל (דאס גייט אריין אין די דעזיין געביט). און פאר טרייבן צו שרייבן איז דאכט זיך דא גענוג און נאך רויטלינקס איבער'ן גאנצן מכלול. אבער ווי געזאגט, טוט וויאזוי איר פארשטייט. תנא קמא (שמועס) 02:01, 16 מערץ 2023 (IST)
נאטיצן/רעפערענצן
וואס איז די נפק"מ צווישן רעפערענצן און נאטיצן, און פארוואס נאר אויף דעם בלאט האב איך געזעהן די צוויי?
נאך האב אך געוואלט וויסן צו סאיז אויסדרוקליך נישטגעברענגט געווארן דא די וואס האלטן אז די סדר איז אנגעגנגען לויט די סדר פון ביי די מסעות (דאכט זיך מיר אז סאיז געשטאנעם ערגעץ ווי דא. האט'ס אמונה (שמועס) 11:14, 26 מערץ 2023 (IDT)
- האט'ס אמונה, נאטיצן איז וואס הייסט "ביאורים" אויף העברי. פאר עטליכע געדאנקן צו וואס מ'נוצט וועלכע פון די צוויי, זעט המכלול:אלגעמיינע אנווייזונגען פאר שרייבער#רעפערענצן און נאטיצן. (זעט אויך נאך עטליכע ביישפילן פון פאקטישן באנוץ).
דער סדר איז לכל הדעות געגאנגען ווי ביי די מסעות, אין דעם איז נישט קיין שאלה, אבער טייל מקורות נעמען כנראה אן אז דאס איז נאכנישט קיין טעם פאר זיך - פארוואס טאקע זאל עס גיין לויט די מסעות? (אדער: פארוואס טאקע איז אזוי געווען דער סדר המסעות?), דאס קומען זיי ערקלערן, לכאורה.
בכל אופן, מ'קען נאך אסאך פארברייטערן דעם ערך, און נישט נאר בנוגע צום סדר... פערזענליך האף איך צוריקצוקומען דערצו אויף פרשת נשא הבעל"ט, אבער כמובן קענט איר אלעמאל צולייגן וואס איר האלט פאר ריכטיג. — צמא לדעת • שמועס • ד' ניסן ה'תשפ"ג 19:11, 26 מערץ 2023 (IDT)- איבער דעם סדר ההקרבה, ביטע כאפט א בליק וויאזוי כ'האב עס יעצט מנסח געווען ביי אליסף בן דעואל און לאזט מיר וויסן וואס איר קלערט. די נקודה איז אז דאס איז קלאר אז דער סדר איז געגאנגען ווי די מסעות, דאס קען מען דאך זען פון די פסוקים, נאר דער מדרש לייגט כסדר צו אויך פרטיות'דיגע טעמים פארוואס דער שבט איז געקומען נאך דער פאריגער.
אויב שטימט איר צו, קען מען אזוי טוישן אויך ביי די אנדערע נשיאים. — צמא לדעת • שמועס • ה' ניסן ה'תשפ"ג 16:35, 27 מערץ 2023 (IDT)- ייש"כ אויפן דאס אריבער פירן. ביזט גערעכט, סאיז איצטער אסאך שענער און קלארער, איך נעם דאס אן פון מיין זייט, טראץ דעם וואס איך וועל לעת עתה נישט קענען דאס אויספירן ביי אלע אנדערע מחמת קוצר הזמן און המלאכה המרובה אזוי אויך-ב"ה, איך וועל זיך זייער פרייען אויב איר אדער אנדערע באניצער'ס וועלן דאס קענען טוהן, און אויב נישט וועל איך דאס טוהן בעז"ה לכשיספיק הזמן מיט סייעתא דשמיא! האט'ס אמונה (שמועס) 22:33, 27 מערץ 2023 (IDT)
- איבער דעם סדר ההקרבה, ביטע כאפט א בליק וויאזוי כ'האב עס יעצט מנסח געווען ביי אליסף בן דעואל און לאזט מיר וויסן וואס איר קלערט. די נקודה איז אז דאס איז קלאר אז דער סדר איז געגאנגען ווי די מסעות, דאס קען מען דאך זען פון די פסוקים, נאר דער מדרש לייגט כסדר צו אויך פרטיות'דיגע טעמים פארוואס דער שבט איז געקומען נאך דער פאריגער.