רוי:שלא עשני גוי (אלבום)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלא עשני גוי איז די 15טע קאסעטע פון דעם באקאנטן זינגער יום טוב עהרליך, אין דער סעריע יידיש נחת.

די ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד'דיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח און אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין די יידישע גאס, יעדעס ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טייפס איז א אוצר, פיל מיט אינהאלט, און מיט דער ריכטיגער כח פון ניגון ברענגט ער ארויס דער אינעווייניגסטען כח הנפש אויף דער אויבערפלאך. און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערע חוש פון הומאר, און גאר זיסע געשמאקע ווערטליך, זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט ליינגווייליג, נאר פארקערט מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, זיינע טייפ'ס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.

די לידער אינעם אלבום:

  • זייט A
  1. נאטשאלניק פון ען קאוועדע - אין שטאָט סאַמאַרקאַנד, אונטער דער אייזערנע וואַנט, פּסח איז באַלד דאָ...

א מעשה פון די צייטן פון קאמוניזעם, ווי אזוי אידן האבן זיך מוסר נפש געווען אין די שטאט סאמארקאנד, די רעגירונג האט ספעציעל ארויס געשיקט פאליציי היטן מען זאל נישט באקן מצות פאר פסח, אבער די אידן האבן יא אויף א אויפן געבאקן מצות. צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער הויפט נאטשאלניק וואס איז באויפטראגט געווען צו היטן, זיין פרוי איז גאר געווען א אידישע און האט אויך געקויפט מצות פאר פסח פון דעם אויבן.

  1. געזעגענונגס מארש -

וויאזוי די אידן געזעגענען זיך פון די סאוויטישע לענדער ווען זיי קומען ארויס אויף דער פריי. מיט צער און פאדרוס פארציילן זיי די אמאליגע גוטע יאהרן אין רוסלאנד, און די גרויסע פיין און צער אונטערן קאמוניסטישן יאך.

- האַלט איך אין איין לויפן אין היטצען און אין קעלט, און איך זוך...


  1. רבינו הקדוש איז רבינו הקדוש...

א מעשה פון תנא דבי אליהו א שר איז געקומען פאר רבינו און האט געברענגט א ראיה אז אידן זענען ערגער ווי די גוים, א תלמיד פון רבינו הק' האט איהם אפגעענטפערט מיט א ריכטיגע ענטפטער.

  1. נסים - אַז מיר וועלן דערהערן און מיר וועלן דערלעבן, דער באַשעפער...

די גרויסע ניסים וואס וועט געשהן ווען משיח וועט קומען, ער רעכענט אויס אלעס וואס די טאטעס פון כלל ישראל האבן געהאלפן אידן אין אלע דורות די זעלבע ישועות וועלן זיי העלפן די אידן ווען משיח וועט קומען, משה רבינו קעגן עמלק, יהושע וועט ווייטער שטעלן די זון, דניאל פון לייבן קריג, און חנניה מישאל ועזריה פון פייער, די אלע ניסים וועט זיך איבער'חזרן.

  • זייט B
  1. די טעכניק - די השׂכּלה אַ מפּלה אויסגעוועבטע קאָקאַ קאָלאַ, די השבונות...

מאכט ליצנות פון די וועלט מיט איהר טעכניק, די טעכניק, אן אנטיק,

  1. ר' סעדיה מיטן ראדיא - ר' סעדיא פון באָכאַראַ מיט קדושה און טהרה...
דערציילט ווי ר' סעדיה פון בוכארא איז ארויף קיין ניו יארק, דער ברודער איז געווען שוין ווייט פון אידישקייט, און זייער געוואלט ר' סעדיה זאל אויך אזוי זיין. האט ער איהם צוגערעדט ער זאל האערן אסאך ראדיא, אבער צום סוף האט עס נישט גענוצט, דער ברודער האט איינגעזעהן אז דורכן ראדיא ווערט מען א גוי, און האט זיך אפגעלאזט דערפון.
  1. שלא עשני גוי -
א דאַנק גאט וואס מיר זענען אידן.
  • די וועלט - לויף איך מיר אַרום אין היצען און אין קעלט, און איך זוך אן עצה צו ראַטעווען די וועלט...
  • די וועלט ציוניזם - האַלט איך אין איין לויפן אין היטצען און אין קעלט, און איך זוך...


ר' יום טוב עהרליך האט ארויס געגעבן די 36 קאסעטעס אונטערן נאמען יידיש נחת.

יום טוב עהרליך'ס אלבומס
נומער נאָמען נומער נאָמען נומער נאָמען
1 יידיש נחת 13 מידות 25 א שבת מיטן רבין
2 תורה 14 דיַ 26 דער בעל שם טוב 1
3 תשובה 15 שלא עשני גוי 27 דער בעל שם טוב 2
4 שמע בני 16 למנצח בנגינות 28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5 אמעריטשקע 17 קול מבשר 29 שושנת יעקב
6 אמונה 18 מזמור לתודה 30 אשרינו 1
7 שבת 19 יציאת מצרים 1 31 אשרינו 2
8 לוקסוס 1 20 יציאת מצרים 2 32 הלל
9 לוקסוס 2 21 חסד 33 רננו צדיקים 1
10 חבלי משיח 1 22 אליהו הנביא 34 רננו צדיקים 2
11 חבלי משיח 2 23 דער סאטמארער רבי 1 35 מודה אני
12 שבחי ירושלים 24 דער סאטמארער רבי 2 36 בטחון

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!