רוי:רבי יהושע האלבערשטאם
רבי יהושע האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרל"ח - ה'תש"ג), רב אין דאלינא
אפשטאם
רבי יהושע איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיוב, א זון פון הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב רבי אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.
רבנות
אין יאר ה'תרס"ט נאך דער פטירה פון זיין שווער הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין איז רבי יהושע געווארן רב אין דאלינא. ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער אנטלאפן קיין האלמין, אונגארן, אין יאר ה'תרפ"ב איז ער צוריק געקומען קיין דאלינא.
הסתלקות
ווען די נאציס ימ"ש האבען געפירט רבי יהושע צום הרגענען האט ער זיך אויסגעבעטן מ'זאל אים לאזן זאגן נשמת, ער האט זיך איינגעהילט אין זיין טלית און געזאגט נשמת מיט א אויסגעגאסן הארץ, ווען ער האט געענדיגט האבען זיי אים אומגעבראכט, הי"ד.
פאמיליע
רבי יהושע האט געהייראט מרת רבקה אן איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין, רב אין דאלינא. זייערע קינדער:
- הרב חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם, רב אין סלאטפינא.
- הרב אברהם האלבערשטאם.
- מרת לאה, די ווייב פון הרב זאב טווערסקי, א זון פון רבי פיניעלע אוסטילער.
- מרת חנה עלקא.
- הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!