רוי:רבי אברהם דוב אויערבאך

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם דוב אויערבאך

רבי אברהם דוב אויערבאך פון אווריטש (ה'תקכ"ה - י"ג כסלו ה'תר"א) איז געווען פון די חסידישע אדמו"רים. ער האט מחבר געווען דעם ספר "בת עין".

לעבנסגעשיכטע

רבי אברהם דוב איז געבוירן געווארן (בערך אין יאר ה'תק"כ) צו זיין טאטן רבי דוד מגיד מישרים אין כמעלניק. ער איז געווען א תלמיד פון רבי נחום טשערנאבילער און זיין זון מאטאלע טשערנאבילער און אויך פון רבי לוי יצחק בערדיטשעווער.

ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי נתן נטע פון אוורוטש, א תלמיד פונעם בעל שם טוב.

זיין גרויסער ליבשאפט צו ארץ ישראל זעט זיך אסאך אין זיין ספר בת עין, וואס מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל אין יאר ה'תר"ז (זעקס יאר נאך זיין פטירה).

אין יאר ה'תקצ"א איז ער ארויף קיין ארץ ישראל.

רבנות

אין תקמ"ה איז רבי אברהם דוב געווארן רב אין כמעלניק, אבער גלייך נאכהער איז ער אריבער קיין אוורוטש אלס ממלא מקום פון זיין שווער. אין תקפ"ו איז ער געווארן רב אין זשיטאמיר.

ביים ערדציטערניש

Postscript-viewer-blue.svg ערדציטערניש אין צפת

אום כ"ד טבת ה'תקצ"ז, האט פאסירט א ערדציטערניש אין צפת און אין ארום, און איבערגלאזט אסאך געהרגטע. מ'דערציילט אז דער אוורוטשער רב איז געווען אין זיין בית מדרש און געדאוונט מנחה, ווען ס'האבן זיך אנגעהויבן פילן די ציטערנישן האט ער באפוילן אויף אלע דאווענערס זיך צוזאמען נעמען ארום עם און זיך אויס ציהען אויס דער ערד. די ציטערנישן האבן זיך געשטארקט און א טייל פון זיין בית מדרש איז חרוב געווארן, אבער דעם טייל ווי אלע האבן זיך צוזאמען געשטיפט איז געבליבן גאנץ און דער דאך איז געבליבן שטיין אויף די לופט, און די דאווענערס זענען געראטעוועט געווארן. א זכר צו דעם נס האט געשטעלט א טאוול דארט שטייט:

מה נורא המקום הזה, בית מדרש של רבי אברהם דוב האדמו"ר מאווריטש זצ"ל, שחזה את הרעש הגדול על צפת תובב"א בתקצ"ז ובזכותו הגדולה ניצל חצי ביהמ"ד מחורבן והאדמו"ר ותלמידיו שרדו בחיים.

משפחה

רבי אברהם דוב האט געהאט צויי ברידער, רבי יוסף צבי, מגיד אין כמעלניק, און רבי ישראל לייב, אב"ד ווארכיווקע.

זיין פטירה

אין ה'תר"א האט אויסגעבראכן אין צפת א מגפה וואס האט געהרגעט אסאך מענטשן. דער אוורוטשער רבי האט אויך געליטן פון דער מגפה, און ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין דער לעצטער קרבן. אום י"ב כסלו איז ער נפטר געווארן און די מגפה האט טאקע אויפגעהערט. ער איז נקבר געווארן אינעם אלטן בית עולם פון צפת, אין דער מערה צוזאמען מיט אנדערע גדולי החסידות אין ארץ ישראל, צווישן זיי: רבי דוד שלמה אייבשיץ פון סאראקע, מחבר פון "ערבי נחל" און רבי אריה לייב וואלטשיסקער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!