רוי:רבי אבא דמן עכו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אבא דמן עכו (אויך: רבי אבא דעכו) איז געווען אן אמורא פון דריטן דור אין ארץ ישראל, א חבר פון רבי אבהו און פירער פון אידישן ישוב אין עכו.

ביאגראפיע

ווען מען האט אויפגענומען רבי אבהו אלס ראש ישיבה, האט ער - זעענדיג אז רבי אבא דמן עכו איז א גרויסער ארעמאן וואס איז שולדיג געלט פאר אסאך מענטשן - פארגעשלאגן אז רבי אבא דמן עכו זאל ווערן אויפגענומען אויף זיין ארט, זיך אויסדריקנדיג "איכא רבה"[1]. עס ווייזט אבער אויס אז דער פארשלאג איז למעשה נישט אויסגעפירט געווארן[2].

רבי אבהו האט זייער געשעצט די ענוה פון רבי אבא דמן עכו, וואס האט זיך ארויסגעוויזן פון דעם וואס ער פלעגט נישט מקפיד זיין ווען זיין מתורגמן פלעגט זאגן אן אנדער טעם ווי אים[1].

מימרות

חוץ פון זיין תקנה איבער השגחה אויף עסנווארג, איז נישט פארבליבן קיין דברי הלכה אין זיין נאמען. עס ווערט אבער געברענגט איין מימרא אין אגדתא, איבער דער אידענטיטעט פונעם עץ הדעת:

רבי אבא דעכו אמר: אתרוג היה, ההוא דכתיב (בראשית ג) "ותרא האשה כי טוב העץ למאכל", אמרת, צא וראה איזהו אילן שעצו נאכל כפריו? ואין את מוצא אלא אתרוג.

צו ליינען מער

  • צבי גרעץ, דברי ימי ישראל, ח"ב, עמ' 378

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 סוטה מ, א
  2. אהרן היימאן, תולדות תנאים ואמוראים (ווייטער), באזירט דערויף וואס רבי אבא דמן עכו ווערט נישט דערמאנט אין אגרת רב שרירא גאון צווישן די מוסרי התורה פון דור צו דור.


Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.