רוי:ראש השנה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Rosh Hashana.jpeg

ראש־השנה איז א אידישער יום טוב אין דעם ערשטן טאָג פון דעם יידישן יאָר, אנהייב חודש תשרי, (און דער זיבטער חודש לויט דעם קאלענדאר אין דער תורה וואס פאנגט אָן ציילן פון חודש ניסן). אין דער קריסטליכע צייט-רעכנונג, פאלט אויס ראש השנה, אין סעפטעמבער אדער אָקטאָבער.

אין דעם טאג פייערט מען דער אנפאנג פון יאר, און מען איז ממליך דער גאט פון די וועלט. אויך ווערט גערעכנט דער טאג אלס א יום הדין אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל: בראש השנה כל באי העולם עוברים לפניו כבני מרון, שנאמר:'היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם' מסכת ראש השנה א'


דער יום טוב איז צוויי טעג אין גולה, ווי אויך אין ארץ ישראל, אנדערש פון אנדערע ימים טובים (זעט ראש חודש).

ראש השנה איז דער אנפאנג פון די צען טעג עשרת ימי תשובה, וואס מיט דעם פאסט-טאג יום כיפור טוהען זיי זיך ענדיקן.

אויך ווערט די צייט גערופן ימים נוראים.

שטאמונג

דער מקור פון דער יום טוב שטייט אין דער תורה:

וּבַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ מִקְרָא קֹדֶשׁ יִהְיֶה לָכֶם כָּל מְלֶאכֶת עֲבֹדָה לֹא תַעֲשׂוּ יוֹם תְּרוּעָה יִהְיֶה לָכֶם במדבר כ"ט, א'


בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ, יִהְיֶה לָכֶם שַׁבָּתוֹן זִכְרוֹן תְּרוּעָה מִקְרָא-קֹדֶשׁ כָּל-מְלֶאכֶת עֲבֹדָה לֹא תַעֲשׂוּ ויקרא כג, כג


מנהגי החג

ערב ראש השנה איז דער מנהג אז יעדער איינער איז "מתיר נדר" פאר דריי מענטשן.


Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!