רוי:מאלי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רעפובליק פון מאַלי
République du Mali
פאן מאלי
סימבאָל מאלי
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון מאלי
קאָנטינענט אפריקע
אָפיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט באמאקא 12°39′N 8°0′W / 12.650°N 8.000°W / 12.650; -8.000 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
22סטן סעפטעמבער 1960
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,240,192 קוואַדראַט ק"מ
24סט
1.6
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

14,517,176 (2009)
67סט
30.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $17.872 ביליאן (132סט)
וואַלוטע מערב אפריקאנער פראנק
צייט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען ml.
טעלעפאָן קאָד 223+

מאַלי, אפיציעל די רעפובליק פון מאלי (פראַנצויזיש: République du Mali, [maˈli]), איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אפריקע. מאלי גרעניצט אלזשיר צו צפון, ניזשער צו מזרח, בורקינע פאסא און דעם בארטן פון העלפאנדביין צו דרום, גינע צו דרום־מערב, און סענעגאל און מאריטאניע צו מערב. זי האט א שטח פון מער ווי 1,240,000 ק"מ² מיט א באפעלקערונג פון 14.5 מיליאן. די הויפטשטאט איז באמאקא.

מאלי באשטייט פון אכט ראיאנען. די צפונדיקע גרעניצן גייען טיפ אריין אין דעם סאהארא, אבער אין דרום, וואו דער מערסטער טייל פון איינוואוינער וואוינען, זענען די ניזשער און סענעגאל טייכן. דער עקאנאמישער סטרוקטור פון לאנד דרייט זיך ארום לאנדווירטשאפט און פישעריי. מאלי האט נאטירליכע רעסורסן ווי גאלד, אוראניום, פיך און זאלץ. העלפט פון דער באפעלקערונג לעבט אונטער דער אינטערנאציאנאלער ארימקייט ליניע פון US$1.25 א טאג.[1]

אינעם 19טן יארהונדערט האט פראנקרייך גענומען קאנטראלע איבער מאלי, וואס איז דעמאלסט געווארן א טייל פון פראנצויזישן סודאן. אין אפריל 1959 איז פראנצויזישער סודאן באהאפטן געווארן מיט סענעגאל צו ווערן די מאלי פעדעראציע, וואס איז געווארן זעלבסטשטענדיג אין דער פראנצויזישער געמיינדע יוני 1960. אויגוסט 1960 האט = סענעגאל ארויסגעטראטן פון דער פעדעראציע. אין סעפטעמבער 1960 האט די פעדעראציע געענדערט איר נאמען צו "רעפובליק פון מאלי" און האט זיך צוריקגעצויגן פון דער פראנצויזישער געמיינדע.

געאגראפיע

מאלי האט נישט קיין בארטן ביים ים. צוויי גרויסע טייכן פליסן אין מאלי, דער סענעגאל טייך אין מערב פון לאנד און דער ניזשער טייך וואס פליסט אדורך דעם צענטראלן טייל פון לאנד. די אלע הויפט שטעט אין לאנד ליגן אויפן ניזשער טייך, צווישן זיי די הויפטשטאט באמאקא און די אוראלטע הויפטשטאט טימבוקטו.

רעפערענצן

  1. Human Development Indices (ענגליש), טאבעלע 3: מענטשליכע און איינקונפט ארימקייט, עמ' 35. דערגרייכט דעם 1טן יוני 2009


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!