רוי:מאה שערים
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
שטאט | ירושלים |
---|
מאה שערים (ארויסגערעדט: מיישאָ'רים) איז א אלטע פרומע קווארטל אין צענטער פון ירושלים, נאנט צו אלט שטאט, און איינע פון די ערשטע קווארטלען וואס זענען געבויעט געווארן אינדרויסן פון די מויערן.
היינטיגע גרעניצן פון קווארטל: אין מערב – נתן שטרויס גאס, אין דרום – בני ברית גאס און הרב שמואל סאלאנט גאס, אין מזרח – שבטי ישראל גאס, און אין צפון - מאה שערים גאס און שומרי אמונים גאס.
גרינדונג פון קווארטל
גרינדער
מאה שערים איז געווען די פינפטע קווארטל וואס איז געבויעט געווארן אינדרויסן פון די מויערן פון אלט-שטאט, און איז דעמאלט געווען די גרעסטע און ווייטסטע. זי איז אויפגעשטעלט געווארן דורך מענטשן פון ישוב הישן וואס זענען ארויס פון אלט-שטאט. פאר איר זענען אויפגעשטעלט געווארן די קווארטלען משכנות שאננים, מחנה ישראל, נחלת שבעה און בית דוד.
די קווארטל איז געגרינדעט געווארן דורך "חברת בוני ירושלים". די גרופע גרונדערס האט אריינגערעכנט בן-ציון ליאון, יוסף ריבלין און יואל משה סלומון וואס איז געווען פון די אויפשטעלער פון נחלת שבעה און בית דוד. אין שפיץ פון די גרופע זענען געשטאנען הרב שלמה זלמן בהר"ן און הרב שמואל הומינער, וואס האט געבויעט די ערשטע הויז און איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך געוואגט צו וואוינען דארט באנאכט. זי איז געווען א "פארבאנד קווארטל" ("שכונת אגודה"), איינע פון א צאל קווארטלען וואס זענען געבויעט געווארן דורך א פארבאנד פון איינוואוינער וואס האבן געוואלט אויפשטעלן הייזער אין באקוועמע געזעלשאפטליכע און עקאנאמישע באדינגונגען. די הונדערט מיטגלידער פון די פארבאנד זענען געווען ווייט פון רייכקייט - א מערהייט פון זיי האבן זיך געשפייזט פון די חלוקה געלט, און דערפאר, ווי עס זעט אויס, האבן זיי געקויפט א שטח וואס איז גאנץ ווייט פון הויפט וועג אין יענע צייטן - יפו גאס, וואס אין זיין געגנווארט זענען די פרייזן פון די שטחים געווען היפש העכער. די באדן איז אפגעקויפט געווארן אין דריי שטאפלען פון די אראבער פון ליפתא, סה"כ ווי 32 דונאם.
נאמען
אום ראש חודש כסלו ה'תרמ"ד איז אויפגעשטעלט געווארן די פארבאנד "מאה שערים" צו בויען די קווארטל, די פארבאנד האט באשלאסן צו רופן די נאמען פונם קווארטל "רחובות", אויפן פסוק "ויקרא שמה רחובות", אבער מיט די צייט איז דאס געווארן אנגערופן "מאה שערים" נאך די נאמען פונעם פירמע וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם קווארטל[1]. די נאמען פונעם פירמע "מאה שערים" איז גערופן געווארן נאכן פסוק אין פרשת תולדות, וואס אין יענע וואך איז געבויעט געווארן די קווארטל, ”וַיִּזְרַע יִצְחָק בָּאָרֶץ הַהִוא וַיִּמְצָא בַּשָּׁנָה הַהִוא מֵאָה שְׁעָרִים וַיְבָרֲכֵהוּ ה'” (בראשית, כו, יב)[2], און אויך ווייל אירע גרינדערס האבן זיך געציילט ביי די הונדערט מיטגלידער[3]. די נאמען איז אוי אויסגעקליבן געווארן וויבאלד "מאה שערים" איז בגימטריה 666. די נומער סימבאליזירט, לויטן ווילנער גאון - וואס די גרינדער פון קווארטל האבו געשטאמט פון זיינע תלמידים - משיח בן יוסף און קיבוץ גלויות[4].
גרינדונג און אנטוויקלונג
דער פלאנירער פונעם קווארטל איז געווען דער דייטשער ארכיטעקט און ארכעאלאג איינוואוינער פון ירושלים קאנראד שיק. אום אייר ה'תרל"ד (מאי 1874) איז געלייגט געווארן די אבן הפינה און אום ראש חודש כסלו ה'תרל"ה (דעצעמבער 1874) איז פארענדיגט געווארן די ערשטע צען הייזער אין קווארטל. אום ט' כסלו ה'תרל"ה האט מען געפייערט די "הנחת אבן הפינה" פארן ערשטן בית הכנסת אין קווארטל, ביהכנ"ס "ישועות יעקב" (שטיבלאך מאה שערים), אין שפיץ פון רבי מאיר אויערבאך[1]. אום חנוכה ה'תרל"ה איז געווען א גורל צווישן די מיטגלידער פונעם גרופע אויף די הייזער פונעם קווארטל, צווישן די געווינער איז געווען רבי אשר אנשיל ניימאן רב אין ווייטצען און סוף ימיו אין ירושלים, מח"ס כרם בן שמן. אום ה'תרמ"א (1880) האט מען געפייערט די "חנוכת הבית" פונעם גאנצן קווארטל. אסאך געלט צו בויען די קווארטל איז געשאפן געווארן פון די ביישטייערונג פון רבי מאיר אויערבאך פון קאליש און רב אין ירושלים. אום ה'תרל"ד זענען געדרוקט געווארן די תקנות פונעם קווארטל. אום ה'תר"ן (1890) האט די קווארטל אריינגערעכנט 200 הייזער און ארום 800 איינוואוינער, און דריי יאר שפעטער איז ארויף די צאל הייזער צו 300 און די איינוואוינער צו ארום 1,500, אין רעזולטאט פון די הויכע געבורט ראטע און די אימיגראציע כוואלעס פון מזרח אייראפע. די שנעלע וואוקס פונעם באפעלקערונג האט געשעדיגט די היגיענישע סטאנדארטן, און זי איז פארוואנדלט געווארן אין א ענגע פארלאזטע פלאץ. צו דעם האט צוגעגעבן די פאקט אז נאך מלחמת העצמאות און טיילונג פון ירושלים איז זי געווען א קווארטל נאנט צום ירדני'שע גרעניץ.
די פארוואלטונג פונעם קווארטל איז איינגעלייגט געווארן ביי א קאמיטע וואס האט זיך געציילט ביי 7 מיטגלידער, און האט דורכגעפירט די שטרענגע תקנות פונעם קווארטל. אין צוגאב צו זיין שטרענגע זארג אויפן ריינקייט פונעם קווארטל און אוועקשטעלן תקנות וועגן אפלויף וואסער דורך רערן צו די בורות וואסער, האט ער אויך גע'דאגה'ט צו אפהיטן איר פרומע כאראקטער דורך תקנות פון די סארט "מען טאר נישט פארדינגען א הויז פאר ווער עס איז נישט מוחזק אלס א כשר'ער איד". כדי צו אפהאלטן א חשש אז מיט די יארן וועט זיך טוישן די כאראקטער פונעם באפעלקערונג, איז אוועקגעשטעלט געווארן פון פאראויס אז די תקנות זענען לדורות און מען טאר זיי נישט טוישן.
ווי רבנים פון קווארטל האבן געדינט, צווישן אנדערע, הרב שאול חיים הלוי האראוויץ וואס האט גערינדעט די ישיבת מאה שערים צוזאמען מיט הרב זרח בראווערמאן, און האט געדינט ווי דער רב פון קווארטל און ראש הישיבה אין די יארן (ה'תרמ"ה-ה'תרס"ה), און אויך זיין פלומעניק הרב יוסף גרשון האראוויץ וואס האט געדינט אין די שטעלעס ארום 46 יאר (ה'תרס"ה-ה'תשי"א).
אין די לעצטע יארן פארמערן זיך די געשעפטן אין קווארטל און מאה שערים גאס איז פארוואנדלט געווארן צו א האנדל שטראסע. מאנכע פרובירן קעמפן אין די ערשיינונג און האלטן אפ פארקויפן הייזער פאר געשפטן.
געבוי פון קווארטל
די הייזער פונעם קווארטל זענען אריגינעל געבויעט געווארן ווי איין לאנגע מויער, אלס זיכערהייט סיבות, און זייערע דרויסנדיגע ווענט רינגלען ארום א גרויסע אינעווייניגסטע הויף. פונקט ווי אין אלט-שטאט אין יענע צייטן זענען די טויערן געווארן פארמאכט יעדע נאכט. אין הויף זענען אוועקגעשטעלט געווארן די צענטראלע וואסער-בורות פונעם קווארטל. מיט'ן וואוקס פונעם באפעלקערונג זענען געבויעט געווארן נאך הייזער אין הויף, אזוי אז זי האט פארלוירן איר אריגינעלער אויסזעהן.
אלס א טייל פונעם וואוקס פונעם קווארטל זענען ארום איר געבויעט געווארן "סאטעליט קווארטלען", צווישן זיי, ווארשעווער הייזער, אונגארישע הייזער, נייטינ'ס הייזער, בית ישראל. ארום די קווארטל זענען געבויעט געווארן נאך פרומע קווארטלען און געגנטן. די צענטראלע קוואדראט אין געגנט איז כיכר השבת, וואס באהעפט מאה שערים מיט די נאנטע גאולה. לעצטנס זעט זיך אן א גאנג פון איבער בויען און פארברייטערן הייזער אין קווארטל, אונטערן אויפזוכט פון עיריית ירושלים און המועצה לשימור אתרים.
באפעלקערונג פון קווארטל
די קווארטל באשטייט היינט פון א אבסאלוטער מערהייט פון פרומע וואס געהערן צו פארשידענע קרייזן, בעיקר חסידים און ליטווישע, און רעכנט אריין צענדליגע ישיבות, שולן און כוללים. ריכטיג צו 2016, וואוינען אין איר ארום 9,400 מענטשן[5].
צוזאמען מיט אן אנוועזנהייט פון חסידות'ן וואס זענען פארבונדן צו אגודת ישראל, ווי קארלין און סלאנים, איז די געגנט אויך א צענטער פאר קהילות וואס געהערן צו די עדה החרדית: תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, סאטמאר און נאך, און אויך נטורי קרתא. די גרופעס זענען באקאנט מיט זייער שטארקער קעגנערשאפט צו מדינת ישראל און צו ציונות. זיי האבן אויסגעקליבן א לעבנס שטייגער פון אפגעזונדערטקייט און צעשיידונג, ווי א "געטא" פון אייגענעם ווילן. די מענטשן פון העדה החרדית ארגאניזירן צומאל פראטעסטן קעגן די "שלטון הציוני" וועגן פארשידענע טעמעס ווי גראבן אלטע קברים דורך ארכעאלאגן, גיוס בני ישיבות צו צה"ל און שמירת השבת אין שטאט.
א קאמף אויפן ריינקייט פון קווארטל
די אייגנארטיגע כאראקטער פונעם קווארטל ברענגט גרופעס פון טוריסטן וואס קומען זיך באאיינפלוסן פון איר אדער איינקויפן ספרים, תשמישי קדושה און יודאיקא אין געשעפטן אויף איר הויפט גאס. די וויזיטן שאפן צומאל רייבערייען צווישן די באזוכער און א טייל פון די איינוואוינער, וואס שטעלן זיך קעגן איינטריט פון פרויען מיט נישט צניעות'דיגע קליידונג. אום שבת און יום טוב איז די קווארטל צוגעשפארט פאר טראנספארטאציע מיטלען. די אגד קאמפאני פארט נישט אריין אין געגנט צוליב פראטעסטן פון אַן עקסטרעמע מינאָריטעט וואס טענה'ט אז די קאמפאני איז מחלל שבת.
אום אקטאבער 2011 האט בג"ץ גע'פסק'נט אז אין קווארטל וועט מען מער נישט טארן אויפשטעלן צוימען, ציען בדי יוטה אדער שטעלן פריוואטע סדרנים, כדי צו פארסירן די טיילונג צווישן מענער און פרויען, און אז מען וועט שטעלן א פארמיטלער צווישן די פאליציי און די איינואוינער אנצונעמען באקלאגענישן וואס וועלן אריינגעגעבן ווערן אין דעם טעמע.
צו ליינען מער
- יוסף יואל ריבלין, מאה שערים, ירושלים: המחלקה לעניני הנוער – המדור הדתי של ההסתדרות הציונית, תש"ז, אויף אוצר החכמה
- בנימין קלוגר, מאה שערים שלי, ירושלים: הוצאת המודיע, תשע"ד, אויף אוצר החכמה
- מנחם מענדל גערליץ, די הימלדיגע שטאט: א סעריע פון אינטרעסאנטע און וואונדערליכע קאפיטלאך פון ירושלימער לעבן און אירע גדולים אין די יארן ת"ק-ת"ש, ירושלים: אורייתא, תש"מ (3 בענדער)
- מנחם מענדל גערליץ, ירושלים של מעלה, ירושלים, תשמ"ג (5 בענדער), אויף אוצר החכמה
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ירושלים של מעלה, ירושלים, ה'תשמ"ג
- ↑ מאה שערים וכמה השערות ; כסלו תרל"ד (1873), אויף "דעת"
- ↑ אזיען, עברי אנכי, נאוועמבער 24, 1876.
- ↑ 'ליקוטי הגר"א' אויך אין 'באר יצחק', און אין ביאור הגר"א על "תיקוני זוהר חדש" דף ה'. די קוועלער ווערן געברענגט אין 'מוסד היסוד' אין הערות שוליים זייטל 204-205
- ↑ שכונת מאה שערים, אויף האתר הרשמי של עיריית ירושלים