רוי:אייראפעאישער פאראיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער פאן פונעם אייראפישן פארבאנד

דער אייראָפּעישער פאַראיין אדער דער אייראפעאישער פאַרבאַנד (איי־פ) איז א פארבאנד פון 28 לענדער מיט א פאראייניגטן מארק און בשותפותדיקע אינסטיטוציעס. רוב פון די מיטגלידער מדינות טיילן זיך מיט דער זעלבער מטבע, דער איירא.

אין 1957 האבן זעקס לענדער אויפגעשטעלט די אייראפעאישע עקאנאמישע געמיינדע. מיט דעם האט זיך אנגעהויבן וואס איז היינט געווארן דער אייראפעאישער פארבאנד.

געשיכטע

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, איז באשלאסן געווארן דער געדאַנק אַז אַן אייראפעאישע צאמשטעלונג איז דער איינציגער וועג צו האַנדלען מיט די פארביי-גייענדע נאציאנאליזם פון וואס דער קאָנטינענט האט זיך געפלאגט. זשאַן מאָנע, ראבערט שומאַן און קאָנראַד אַדענאַוער האבן דאס איבערגעגעבן אין אַ רעדע אין יאר 1950, דער באַוואוסטער שומאַן פּלאַן. א יאָר שפּעטער איז די אייראפעאישע קוילן און שטאָל געמיינדע געגרינדעט געווארן מיט דעם אפמאך פון פּאַריז דורך בעלגיע, פראַנקרייך, איטאליע, לוקסעמבורג, האלאנד און מערב דייטשלאַנד.

אין די 1950ער יארן איז אנגענומען געווארן אין אייראפע אז מען דארף פארשטערקערן די אינטעגראציע אויפן קאנטינענט. די קוילן און שטאל געמיינדע איז געווארן אַזוי געראָטן אַז אין יאר 1957 איז באַשלאָסן געווארן צו ציען ווייטערע צאמבינדונגען. דער אפמאך פון רוים, געחתמעט דורך די זעלבע זעקס לענדער האט געגרינדעט די אייראפעאישע עקאָנאָמישע געמיינדע און די אייראַטאָם. נאך דעם בריסל אפמאך אין יאר 1965, האבן די דריי אָרגאַניזאַציעס זיך צאמגעשטעלט אין 1967, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו אַרבעטן אונטער דעם נאָמען אייראפעאישע געמיינדע. דאס האט געפירט צום פאָרלייגן פון א קאמיסיע, ראט און פּאַרלאַמענט. בריטאניע, וואס האט מורא געהאט פון פארלירן איר סואוורעניטעט, האט זיך נישט איינגעשלאסן און האט אויפגעשטעלט, אום 3טן מאי 1960, א קאנקורענץ ארגאניזאציע - די אייראפעאישע פרייהאנדל אסאסיאציע (EFTA), וואס האט איינגעשלאסן דאס פאראייניגטן קעניגרייך און נאך עטליכע לענדער.[1]

אין יאר 1973, האבן דענמאַרק, אירלאַנד און דאס פאראייניגטע קעניגרייך זיך איינגעשלאָסן צו דער אייראפעאישער געמיינדע. גריכנלאנד האט זיך איינגעשלאָסן אין יאר 1981, שפאניע און פאָרטוגאַל אין יאר 1986. דער אפמאך פון מאַסטריכט האט באצייכענט די שאַפונג פון דעם אייראפעאישן פאַרבאנד. דאס האט געלייגט דעם יסוד פאַר ווייטער פארמען פון צוזאמענארבעט אין די געביט פון אויסערלענדישע ענינים און זיכערהייט פּאָליטיק, לעגאַל און אינערליכער ענינים, און אויך די פאָרמירונג פון דעם עקאנאמישע און געלט פאראיין און די פלענער פון שענגען צו שאפן אַ פרייען פארקער פאר מענטשן. אין יאר 1995 האבן עסטרייך, פינלאַנד און שוועדן זיך איינגעשלאָסן צום אייראפעאישן פארבאנד.

דער איירא איז געווארן איינגעפירט אין יאר 2002. צען נייע לענדער האָבן זיך איינגעשלאָסן צום פארבאנד אין יאר 2004: ציפערן, עסטלאנד, אונגארן, לעטלאנד, ליטע, מאַלטאַ, פוילן, סלאָוועניע, סלאָוואַקיי און טשעכיי. אין 2007, זענען צוקומען בולגאַריע און רומעניע, און אין 2013, קראאטיע. אַזוי האט דער אייראפעאישער פארבאנד היינט 28 מיטגליד שטאַטן.

נאמען

דער נאמען פונעם פארבאנד אין די פארשידענע אפיציעלע שפראכן:

שפראך נאמען
אונגאריש Európai Unió
איטאליעניש Unione europea
איריש An tAontas Eorpach
בולגאריש Европейски съюз
גריכיש Ευρωπαϊκή Ένωση
דייטשיש Europäische Union
דעניש Den Europæiske Union
האלענדיש Europese Unie
טשעכיש Evropská unie
ליטוויש Europos Sąjunga
לעטיש Eiropas Savienība
מאלטעזיש Unjoni Ewropea
סלאוואקיש Európska únia
סלאוועניש Evropska unija
ענגליש European Union
עסטיש Euroopa Liit
פארטוגעזיש União Europeia
פויליש Unia Europejska
פיניש Euroopan unioni
פראנצויזיש Union européenne
קראאטיש Europska unija
רומעניש Uniunea Europeană
שוועדיש Europeiska unionen
שפאניש Unión Europea

געאגראפיע

די מיטגליד שטאטן פונעם אייראפעאישן פארבאנד באדעקן א שטח פון 4,423,147 קוואדראט ק"מ (1,707,787 קוואדראט מייל). דער העכסטער שפיץ איז מאן בלאנק אין די אלפן, 4,810.45 מעטער (15,782 פיס) איבערן ים פלאך. דער נידריגסטער פונקט אינעם איי־פ איז זידפלאספאלדער אין האלאנד, 7 מ (23 פיס) אונטערן ים פלאך. די לאנדשאפט, קלימאט און עקאנאמיע פונעם איי־פ זענען באאיינפלוסט פון זיין בארטן־ליניע וואס איז לאנג 65,993 ק"מ (41,006 מייל).

די באפעלקערונג פונעם אייראפעאישן פארבאנד וואוינט בעיקר—75%—אין שטאטישע שטחים. שטעט זענען פארשפרייט איבערן פארבאנד, אבער גאר א סך זענען קאנצענטרירט אין און ארום בענעלוקס.

מיטגליד לענדער

Postscript-viewer-blue.svg מיטגלידשטאט פונעם אייראפעאישן פארבאנד

זייט דעם 1טן יולי 2013 אנטהאלט דער אייראפעאישער פאַרבאַנד 28 מיטגליד שטאַטן, אַ טעריטאָריע פון 4,423,147 ק"מ² און בערך 510,000,000 איינוואוינער. אויב מען וואלט אים פאררעכנט ווי אַ לאנד, איז דער אייראפעאישער פאַרבאַנד דער זיבעטער גרעסטער אָרט אין דער וועלט אין טעריטאָריע, און דער דריטער נאָך כינע און אינדיע אין באַפעלקערונג.


██ מיטגליד לענדער

██ קאנדידאט לענדער

██ פאטענציעלע קאנדידאט לענדער

גרינדערס
אריינגעטרעטן 1973
אריינגעטרעטן 1981
פארלאזט 1985
אריינגעטרעטן 1986
אריינגעטרעטן 1990
אריינגעטרעטן 1995
אריינגעטרעטן 2004
אריינגעטרעטן 2007
אריינגעטרעטן 2013


*גרינלאנד האט אריינגעטרעטן אלס טייל פון דענמארק, אבער שפעטער האט באקומען א מאס אויטאנאמיע, און האט באשלאסן צו פארלאזן די געמיינדע.
**מזרח דייטשלאנד און מערב דייטשלאנד זענען געווארן פאראייניגט אין 1990, און זייט דעמאלסט איז דאס פאראייניגטע לאנד א מיטגליד פונעם אייראפעאישן פארבאנד.
***צפון ציפערן איז אפיציעל א טייל פון ציפערן (און דעם איי־פ) אבער די רעגירונג הערשט נישט דארט.

כדי צו ווערן א מיטגליד, דארף א לאנד זיך צופאסן צו די קאפנהאגן קריטעריע, וואס זענען געווארן דעפינירט ביי דער 1993 אסיפה פונעם אייראפעאישן ראט אין קאפנהאגן. די קריטעריע פאדערן א סטאבילע דעמאקראטיע וואס רעספעקטירט מענטשן־רעכטן און די הערשפאט פון געזעץ, א מארק עקאנאמיע, און אננעמען אלע התחייבותן פון מיטגלידערשאפט, כולל איי־פ געזעץ. קיין לאנד האט קיינמאל נישט פארלאזט דעם פארבאנד, כאטש גרינלאנד (אן אויטאנאמישער פראווינץ פון דענמארק) האט צוריקגעצויגן אין 1985. דער ליזבאן אפמאך אנטהאלט א פאראגראף לויט וואס א מיטגליד קען פארלאזן דעם פארבאנד.

די זעקס לענדער איסלאנד, אלבאניע, באסניע און הערצעגאווינע, מאנטענעגרא, מאקעדאניע, סערביע און טערקיי זענען "קאנדידאט לענדער", ד"ה זיי קומען אין באטראכט פאר מיטגלידערשאפט.

פאליטיק

דער אייראפעאישער פארבאננד האט זיבן אנשטאלטן: דער אייראפעאישער פארלאמענט, דער ראט פונעם אייראפעאישן פארבאנד, די אייראפעאישע קאמיסיע, דער אייראפעאישער ראט, דער אייראפעאישער צענטראלבאנק, דער געריכט פונעם אייראפעאישן פארבאנד און דער אייראפעאישער רעכענונגס הויף.

עקאנאמיע

איין צוועק פונעם איירא איז צו שאפן אן איינציקן מארק דורך, למשל, מאכן גרינגער פאר בירגער צו פארן, פארמיידן קורס פראבלעמען, שאפן א פאראיינגטן פינאנציעלן מארק און נידעריגע פראצענט צינזן. נאך א צוועק איז צו שאפן א וואלוטע וואס ווערט געניצט אינטערנאציאנאל און געשיצט קעגן שאקן דורכן גרויסן קוואנטיטעט פון האנדל אינערהאלב דער אייראזאנע.

סביבה

אין 2007, האבן די מיטגלידער שטאטן מסכים געווען אז דער אייראפעאישער פאראיין זאל ניצן 20% דערנייבארע ענערגיע אין צוקונפט.

דעמאגראפיע

די גארע באפעלקערונג פונעם אייראפעאישן פארבאנד אין 2013 איז געשאצט צו 505,665,739.

אינעם איי־פ געפינען זיך 16 שטעט מיט א באפעלקערונג העכער פון א מיליאן; די גרעסטע פון זיין איז לאנדאן.

ראַנג נאמען פון שטאָט לאנד באפעלקערונג
1 Lesser Coat of Arms of The City of London.svg לאנדאן פאראייניגטע קעניגרייך 11,905,500
2 Blason paris 75.svg פאריז פראנקרייך 11,532,409
3 Blason de Madrid.svg מאדריד שפאניע 5,804,829
4 Country symbol of Berlin color.svg בערלין דייטשלאנד 4,971,331
5 Historic Arms of Barcelona.svg בארצעלאנע שפאניע 4,440,629
6 Coats of arms of None.svg אטען גריכנלאנד 4,013,368
7 Blason ville it Rome.svg רוים איטאליע 3,457,690
8 Coat of arms of Hamburg.svg האמבורג דייטשלאנד 3,134,620
9 Milano-Stemma 2.svg מילאן איטאליע 3,076,643
10 Katowice Herb.svg קאטאוויץ פוילן 2,710,397

אין 2010, האבן געוואוינט 47.3 מיליאן מענטשן אינעם אייראפעאישן פארבאנד וואס זענען געבוירן אין אן אנדער לאנד נישט וואו זיי האבן געוואוינט. דאס איז 9.4% פון דער גאנצער איי"פ באפעלקערונג. פון זיי these, 31.4 מיליאן (6.3%) זענען געבוירן געווארן אינדרויסן פונעם איי"פ און 16.0 מיליאן (3.2%) זענען געבוירן געווארן אין אן אנדער איי"פ מיטגליד שטאַט. די גרעסטע צאל מענטשן געבוירן אינדרויסן פונעם איי"פ זענען געווען אין דייטשלאנד (6.4 מיליאן), פראנקרייך (5.1 מיליאן), דאס פאראייניגטע קעניגרייך (4.7 מיליאן), שפאניע (4.1 מיליאן), איטאליע (3.2 מיליאן), און האלאנד (1.4 מיליאן).

שפראכן

דער אייראפעאישער פארבאנד האט 24 אפיציעלע שפראכן: אונגאריש, איטאליעניש, איריש, בולגאריש, גריכיש, דייטשיש, דעניש, האלענדיש, טשעכיש, ליטוויש, לעטיש, מאלטעזיש, סלאוואקיש, סלאוועניש, ענגליש, עסטיש, פארטוגעזיש, פויליש, פיניש, פראַנצויזיש, קראאטיש, רומעניש, שוועדיש און שפאניש. געזעצן און אלע וויכטיגע דאקומענטן ווערן איבערגעזעצט אין אלע 24 שפראכן. די אלע שפראכן שרייבט מען מיט גלחישער שריפט, אחוץ בולגאריש, געשריבן אין קירילישער שריפט, און גריכיש, געשריבן מיטן גריכישן אלפאבעט.

רעליגיע

וועבלינק

רעפערענצן

  1. וועבזייטל פון EFTA, "EFTA through the years"


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!