טעמע אין בלאט שמועס:ליקוטי אמרים תניא

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

אקטיווע מכלולאים אויב איינער קען טון א חסד. און אריבערבליקן דעם ערך און שרייבן וואס ער האלט אז מען דארף צולייגן אדער פארעכטן. א דאנק,

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

ברוך ה' אז לעצטענס האט זיך אנגעהויבן אויסשטעלן א שטיקל מהלך, צו קענען שנעלער אנקומען צו די דרעפטס וועלכע ווארטן, אויך ווען זיי זענען נישט מעניני דיומא. לעצטענס האט מען אריבערגעפירט אייער ארטיקל אויף תורה אור און ליקוטי תורה, און בקרוב וועט מען אי"ה אנקומען אויך צו דעם.

עטליכע זאכן וואס איר קענט טון דערווייל, צו פארגרינגערן און פארשנעלערן:

  1. מאכט זיכער אז פונקטואציע, פיסוק, איז ריכטיג; א נקודה (.) ביים ענדע פון זאץ, א שטרעכל (,) צווישן צוויי חלקים פון זעלבן זאץ, וכדומה.
  2. ליינט עס איבער, זיכער צו מאכן אז עס ליינט זיך פליסיג און נאטורליך. האט נישט מורא ארויסצושניידן ווערטער, אויב זיי שטערן דעם פלוס. נאך מער: יעדע ווארט וואס איר קענט ארויסנעמען, און דער באדייט זאל נאך בלייבן די זעלבע קלאר און פארשטענדליך, שניידט עס ארויס.
  3. גייט איבער אלע רויטלינקען (צעבראכענע קישורים), און פרובירט צו זוכן אויב מיר האבן יא דעם ארטיקל נאר עס הייסט אביסל אנדערש. זוכעניש דאהי איז גאר שטארק פארבעסערט געווארן פון ווען איר האט געשריבן דעם ארטיקל. (צום ביישפיל: "רבי משולם זוסיל פון אניפולי" איז א רויטלינק, אבער אז איר וועט נאר אנהייבן זוכן "רבי משו" וועט שוין דער ריכטיגער נאמען ארויפקומען צווישן די הצעות).
  4. ועוד, תן לחכם ויחכם עוד...
נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

לגבי 3 איז זייער שווער וויל ווען איך הייב אן עורך זיין ווערט אלעס רויט. און נאר נישט בשעתן עורך זיין זע איך די קישורים.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אה, איך האב נישט געכאפט אז אזוי איז עס ביים וויזועלער רעדאגירער (עורך חזותי).

איר קענט אפשר פרובירן אויב איז אייך גרינגער צו האלטן אפן דעם זעלבן דרעפט אין צוויי בלעטער: איינס צו רעדאגירן, און די אנדערע (וואס איר וועט לאזן בלויז צו קוקן, נישט עורך זיין) צו זען וועלכע קישורים זענען רויט. אזוי קענט איר געשווינד דורכבליקן און גיין פון איין רויטע לינק צו קומענדיגן.

אסאך הצלחה!

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דאס איז שוין מיין פראבלעם... כ'בין פשוט נאכנישט אנגעקומען צו אפדעיטן דער סקריפט וואס פארבינדט אהין. איך פלאן בעז"ה אנצוקומען דערצו היינט, אביסל שפעטער, און דאן וועלן אלע אייערע ווייטערפירן אויטאמאטיש ווערן פארבינדן.

אגב, דו פארסט הערליך גוט! האפנטליך וועט מען קענען איבערגיין און אריבערפירן דעם דרעפט אין די נאנטע טעג.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)
נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

צמא לדעת לגבי רעוויזיע פון 10:49, כ"ו אייר ה'תשפ"ג. וויפל איך האב דורגעליינט די מחלוקות בשעת'ן עורך זיין די נושא אינערוויניג אינעם ערך, האב איך פארשטאנען אז עס איז נישט געווען אזוי באוויסט בשעת עס האט זיך פארשפרייט דער ספר. ולכן איז עס נישט וויכטיג ביים אריינפיר, אויב וויסטו אנדערש קענסטו לאזן.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איך קלער אז די וויכטיגקייט עס צו דערמאנען ביים אריינפיר האט נישט אזויפיל מיט די באקאנטקייט פון די עצם מחלוקה, נאר ווייל עס ברענגט ארויס אז דער ספר איז נישט בלויז נאך א חסיד'ישע ספר - נישט אוועקצומאכן גארנישט חלילה, אבער דער תניא איז געווען עפעס באזונדער פריש און אריגינעל, עד כדי כך אז עס האט אויפגעוועקט א מחלוקה אויך אינערהאלב חסידות.

אבער גוט אז דו מערקסט עס אן. כ'וועל פרובירן צו ליינען דערוועגן און עס מעגליך טאקע ארויסנעמען.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

צמא לדעת איך האב עס געמעקט נאכן צולייגן אינערווייניג דער נושא -גדולי ישראל אויפן ספר. און כ'האב מורא געהאט אז די אריינפיר איז צו גרויס. אויב זאגסטו אז עס האט תועלת לאז עס. עס איז מיר נישט אזא גרויסע נפק"מ,

דרך אגב 1. איך ווער נתפעל פון דיין איבערגעבנקייט און ידע. וקבל אתך ה'גוט ווארט' ממי שאמרו.

2. אויב שטערט דיר דאס וואס איך בין דיר 'מתייג' יעדן מאל, שרייב מיר.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

צמא לדעת דאס - "א ערשטע מהדורא פון אגרת התשובה איז געדרוקט געווארן באזונדער, אין יאר תקנ"ט. אין יאר תקס"ו איז געדרוקט געווארן דער שפעטערער נוסח פון אגרת התשובה, אלס א קונטרס פאר זיך צוגעשטעלט צום ספר התניא." שטייט שוין ביים סויף. -אונטערן קעפל דרוק און ביאורים. עס פעלט אויס אויך אויבן.?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דארט שטייט גראדע פארקערט, אז אגרת התשובה איז שוין געדרוקט געווארן אין ערשטן דרוק (תקנ"ז) פון תניא. דאס איז נישט ריכטיג, ווי עס שטייט דא (כ'וועל באלד אנקומען צום יענעם שטיקל אי"ה).

בכל אופן, אויב דער קעפל הייסט דא "מהדורא בתרא", דארף מען גלייך דערמאנען אז עס איז געווען א מהדורא קמא. אז נישט ווערט דער ליינער אביסל פארלוירן, ובפרט אז דער ארטיקל איז נישט אזוי קליין און ביז מ'קומט אן צו די אפטיילונג פון דרוקן נעמט אביסל...

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

אפילו אן מעקן. טראכט איך טאקע אז עס פעלט נישט אויס ביים קעפל - '(מהדורה בתרא)'. [און חב"דפדיה שטייט עס טאקע נישט]

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

כנראה וועל איך שוין נישט אניאגן אריבערצופירן היינט דעם ערך, צוליב א סיבה וואס האט זיך געמאכט, אבער מען האלט שוין ממש ביים גמר ברוך השם. איך גלייב אז הכל מודים אז אן ארטיקל אויף אזא ספר דארף קומען מיט פאסיגע "התבוננות"...

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

אבער פראווע גוט דיין "התבוננות"...

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

עס איז מיר אינטערסאנט. אווי איז דיר קלאר געווארן אז די ערשטע מאל איז געווען אן אגרת התשובה. און די צוויטע יא. און די דריטע מיט אגרת הקודש.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

כ'האב נאכגעקוקט אויף אוצר החכמה, דארט זענען פארהאן די דפוסים.