המכלול שמועס:רייניגונג פראיעקט
אויסלייג איבערקוק
אקטיווע מכלולאים, ובפרט די וועלכע קוקן איבער די אויף יידיש ארטיקלען: מען האט יעצט געברענגט א נייע טשאטשקע, וואס איר וועט טרעפן ביים "עריכה" אפטיילונג מיט'ן נאמען "בודק איות". ביטע מאכט זיכער אז איר האט דארט אנגעצייכנט א ✓. דאס וועט אייך פארבן רויט די מערסט-בולט'ע יידישיסטישע אויסלייגן, און שטעלנדיג אייער מייזל איבער'ן ווארט וועט איר טרעפן דעם ריכטיגן ערזאץ. — צמא לדעת • שמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 19:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איך בין אנציקט ביז גאר פון די אהערגעשטעלטקייט פון די געצייגן און טשאטשקעס וואס מען שטעלט אהער און פון די טעמפא מיט וואס אלעס ווערט מסודר. צמא'לע וואו האט איר אזוי ארויס דעם וויקי קאוד מיט אלע מפרשים?... --תנא קמא (שמועס) 20:19, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- יישר כח! וואו איז דאס פלאץ אויסצושמועסן ווערטער פונעם "בודק איות" ליסטע? עברי אנכי (שמועס) 20:35, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- דא איז לכאורה דאס בעסטע. — צמא לדעת • שמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 20:59, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- וואס איז דער פראבלעם מיט אַ? ער צייכנט מיר אן יעדע אַ...--תנא קמא (שמועס) 20:51, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- אַ, א + ַ, איז טאקע נישט קיין פראבלעם. חוץ אויב האט פאסירט א טעות, צייכנט ער דיר נישט אן אזאנס, נאר אַ, איין צונויפגעשטעלטע בוכשטאב וואס די יידישיסטן האבן פאבריצירט, ענליך צו זייער דאפלטע װ וכדומה. ס'זעט טאקע אויס ענליך, אבער פארט נישט דאס זעלביגע. — צמא לדעת • שמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 20:59, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- יישר כח! וואו איז דאס פלאץ אויסצושמועסן ווערטער פונעם "בודק איות" ליסטע? עברי אנכי (שמועס) 20:35, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
רבותי, פרייליכע נייעס! דער "טשעקטי" טשאטשקע ארבעט שוין. מאכט זיכער אז איר אנגעצייכנט א ✓ ביי "הוספת כפתור לבדיקת בעיות סגנון ולשון נפוצות", ביים "עריכה" אפטיילונג. שפעטער, ביים רעדאגירן טעקסט, קענט איר דרוקן אויף "בדיקה" און וויכטיגע טוישונגען וועלן אויטאמאטיש געמאכט ווערן. ביי דעם דארף מען זיין מער פארזיכטיג ווי ביים "בודק איות", אבער פארט קען מען נאך פארברייטערן די ליסטע פון אויטאמאטישע טוישונגען, בהמשך אי"ה. — צמא לדעת • שמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 14:16, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
טרעפן דעם ערך אין המכלול העברי
אקטיווע מכלולאים, עס איז כדאי כסדר נאכצוזוכן דעם רעלעוואנטן ערך אין המכלול העברי: אויף צו העלפן באשליסן צי דער ערך פארמאגט בכלל ענציקלאפעדישע חשיבות; צו זען וויאזוי זיי האבן פארראכטן אינהאלט אדער געטוישט בילדער; און אוודאי צו שטעלן דעם "אין אנדערע שפראכן" לינק. אבער נישט אלעמאל איז אזוי גרינג צו טראכטן אויף דער רגע וויאזוי דער ערך דארף דארט צו הייסן.
לעצטענס האט מען געברענגט א נייע טשאטשקע, וואס איר וועט טרעפן ביים "שונות" אפטיילונג מיט'ן נאמען "הצגת מידע וקישורים על פריט ויקינתונים ששייך לדף". ביטע מאכט זיכער אז איר האט דארט אנגעצייכנט א ✓. דאס וועט אייך שטעלן א לינק אויבן פון בלאט צום בלאט אין וויקידאטע, וואו איר קענט גרינג זען וויאזוי דער ערך הייסט אין עברית. — צמא לדעת • שמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 13:23, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)