דרעפט:רבי משה שיק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה שיק, באקאנט אלס דער מהר"ם שיק (כ"א אדר ה'תקס"ז - א' שבט ה'תרל"ט), איז געווען א פוסק, און רב אין יערגן און חוסט.

ביאגראפיע

רבי משה איז געבוירן אין שטאָט ברעזאווע, אין געגנט פון נייטרא, צו רבי יוסף און רבקה שיק. זיין פאטער איז געווען אן אייניקל פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער. אלס קינד האט רבי משה געלערנט מיט יגיעה. מ'זאגט אז ער האט נישט געהאט קיין גרויסע כשרונות, אבער אדאנק זיינע תפילות און התמדה איז ער אויסגעשטיגן.

א צייט שפעטער, זייענדיג בלויז זעקס יאר אלט, איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאטן. ביי די צען יאר האט ער שוין געקענט אויף אויסנווייניג גאנץ תנ"ך און גאנץ ששה סדרי משנה. ביי די עלף יאר איז דער מהר"ם שיק געפארן לערנען צו די ישיבה פון זיין פעטער, רבי יצחק פרענקל, וועלכער איז געווען דער רב פון פרויענקירכען. זיין פעטער האט געלערנט מיט אים דריי יאר, ביז ער האט באשלאסן אז עס איז שוין געקומען די צייט צו פארן לערנען אין א גרויסע ישיבה.

ביי די פערצן איז ער געגאנגען קיין פרעשבורג צו לערנען ביים חתם סופר. דער חתם סופר האט אים אין אנהייב נישט געוואלט אננעמען צוליב זיין אינגן עלטער, אבער נאכן פארהערן און זען זיין גדלות בתורה, האט ער אים אריינגענומען, און ער האט שפעטער זוכה געווען צו א קירבה ביי זיין רבי'ן און געגעסן ביי אים די שבתות במשך דריי יאר. ער האט פארשריבן יעדע דבר תורה וואס ער האט געהערט פון זיין רבי'ן, און ער פלעגט נישט זאגן א דרשה אָן א הקדמה פונעם חתם סופר. דער חתם סופר פלעגט אים רופן 'מיין ספרים שאנק', און ער פלעגט זאגן אז מען קען גארנישט מחדש זיין פאר אים ווייל ער ווייסט שוין אלעס.

די רביצין שמחה לעהמאן, טאכטער פון חתם סופר, האט דערציילט אז איר טאטע האט געזוכט צו נעמען איידעמער בני עשירים כדי זיי זאלן נישט האבן דאגות פרנסה, זאגנדיג אז ער איז שוין א יחסן. אויסער דער בחור משה שיק, וואס איז אים יא געפאלן, אבער ווען ער האט אים געזאגט אז ער וויל אין נעמען און רבי משה האט געענטפערט אז ער הייסט דאך אויך משה, האט ער געזאגט, "אז דו ביסט מקפיד, איז א סימן אז ס'איז נישט מן השמים". דער חתם סופר האט דערנאך גענומען רבי משה לעהמאן פאר די טאכטער, און איינע פון די תנאים וואס ער האט געזאגט פאר זיין זון רבי שמעון איז געווען, אז ער דער חתן זאל צולייגן א נאמען, און מ'האט אים גערופן "משה טוביה".

זעקס יאר האט דער מהר"ם שיק געלערנט ביי זיין רבי'ן אין פרעשבורג, ביז צו זיין חתונה. ביי די צוואנציג האט ער חתונה געהאט מיט גיטל, טאכטער פון זיין פעטער דער נגיד פרץ פראנקל פון האליטש, וועלכער האט אים געגעבן א נדן פון צען טויזנט שיי"ן, און דער חתן האט גלייך פארטיילט די מעשר פאר עניים. צען יאר האט דער מהר"ם שיק געלערנט און די רביצין האט זיך געזארגט פאר פרנסה. ער איז געווארן מפורסם מיט זיין לערנען און תלמידים זענען געקומען הערן פון אים שיעורים.

אין יאר תקצ"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין די שטעטעלע יערגין, נעבן פרעשבורג. אויך דארט האט ער אנגעהאלטן א גרויסע ישיבה פאר די בעסטע תלמידים במשך פון פיר און צוואנציג יאר, ביז ווען ער איז אויפגענומען געווארן, אין יאר תרכ"א, אלס רב אין די גרויסע שטאט חוסט, וואו ער האט געפירט די קהילה און געלערנט מיט אסאך תלמידים ביז צום טאג פון זיין הסתלקות. זיינע פילע תלמידים, וואס אסאך פון זיי זענען געווען די מנהיגים און גדולים פונעם קומענדיגן דור, זענען געווען צוגעבינדן צו זייער גרויסן רבי'ן מיט א זעלטענע ליבשאפט און שעצונג און זיי פלעגן דערציילן איבער זיין גרויסקייט.

ער איז געווען באקאנט אלס דער ראש המדברים אינעם קאמף קעגן די רעפארמער און נעאלאגן, און צוזאמען מיט אנדערע צדיקים און גאונים האט ער אונטערגענומען דעם טיילונג צו ראטעווען אידישקייט אין אונגארן.

אום א' שבט ה'תרל"ט איז ער נסתלק געווארן, לאזנדיג נאך זיך פילע געשריבענע חיבורים אויף אלע מקצועות התורה: שאלות ותשובות אין הלכה, חידושים על התורה, א חיבור אויף די תרי"ג מצוות, דברי אגדה אויף פרקי אבות, חידושי סוגיות און חידושי אגדה, און נאך.