רוי:דוניי

פון המכלול
ווערסיע פון 12:29, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דוניי
קוואל שווארצוואלד
הייך פון קוואל 1,078 מעטער
Danube basin.png

דער דוניי (דייטש: Donau, סלאוואקיש און פויליש Dunaj, אונגאריש Duna, רומעניש Dunărea, טערקיש Tuna, אור-אלטע גריכיש Istros, קראאטיש Dunav, סערביש Дунав/Dunav, בולגאריש Дунав, אוקרייניש Дунай) איז דער לענגסטער טײַך אינעם אייראפעישן פארבאנד און (נאכן וואלגא) דער צווייטער לענגסטער טײַך אין גאנץ אייראפע.


ער הייבט אן אינעם שווארצוואלד אין דייטשלאנד אלס די קליינע בריגאך און ברעג טײַכן וואס קומען צוזאמען אין דער שטאט דוניישינגען, נאכער הייסט ער דער דוניי וואס פליסט צו מזרח במשך 2850 ק"מ (1771 מייל), אדורכגייענדיג עטלעכע הויפטשטעט אין צענטראלער און מזרח אייראפע, איידער ער גיסט ארײַן אינעם שווארצן ים דורך דער דוניי דעלטע אין רומעניע און אוקראינע. אין היסטאריע איז ער באקאנט אלס א גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע.

דער טײַך פליסט אדורך — אדער גרענעצט — צען לענדער: דייטשלאנד (7.5%), עסטרייך (10.3%), סלאוואקיי (5.8%), אונגארן (11.7%), קראאטיע (4.5%), סערביע (10.3%), רומעניע (28.9%), בולגאריע (5.2%), מאלדאווע (1.7%) און אוקראינע (3.8%).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!