רוי:דזשארזש וואשינגטאן

פון המכלול
ווערסיע פון 08:30, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דזשארזש וואשינגטאן
דזשארזש וואשינגטאן
דער 1טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
איינגעשוואוירן: 30סטן אפריל 1789
ביז: 4טן מערץ 1797
פארגייער: קיינער
נאכפאלגער: זשאן עדעמס
געבוירן: 22סטן פעברואר 1732
געשטארבן: 14טן דעצעמבער 1799
געבורט ארט: ווירדזשיניע
ערשטע פרוי: מרתה וואשינגטאן
פארטיי:
וויצע פרעזידענט: זשאן עדעמס
אונטערשריפט: אונטערשריפט

דזשארזש וואשינגטאן (ענגליש: George Washington; ‏22סטן פעברואר, 1732 - 14טן דעצעמבער, 1799) איז געווען דער ערשטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פון אפריל 30, 1789 ביזן 3טן מערץ, 1797. ער איז געווען דער הויפט קאמענדאנט פון דער רעוואלוציאנערישער ארמיי.

די הויפט שטאט וואשינגטאן די סי הייסט נאך אים און אויך דער שטאַט וואשינגטאן. ער איז דער איינציגסטער פרעזידענט וואס האט א שטאט וואס הייסט נאך אים.

וואשינגטאנס געזיכט איז היינט א נאציאנאלער סימבאל פון אמעריקע. זיין בילד באווייזט זיך אויף דעם 1 דאלער פאפירגעלט און אויך אויפן קוואדער מטבע.

וואשינגטאן האט געהנאט אן אריסטאקראטישן לעבנסטיל. ער פלעג יאגן פוקסן און שפילן קארטן , טריק-טראק און ביליארד.

דער פארטרעט פון וואשינגטאן באווייזט זיך אויפן אמעריקאנישן דאלאר באנקנאט און אויף דער קוואדער מטבע (פערטל דאלאר), און ער איז איינער פון די פיר פרעזידענטן וואס זייער פארטרעט איז איינגעקריצט אויף דעם נאציאנאלן אנדענק־מאנומענט אויף בארג ראשמאר.

אין וואשינגטאן די.סי. האט מען געבויעט די וואשינטאן מאנומענט אין זיין עהרע.