רוי:וויליאם הענרי העריסאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
וויליאם הענרי העריסאן
וויליאם הענרי העריסאן

וויליאם הענרי העריסאן (9טן פעברואר, 1773 - 4טן אפריל, 1841) איז געווען דער 9טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

געדינט פון: 4טן מערץ 1841 ביז: 4טן אפריל 1841.

נאך 4 וואכן דינען אלס פרעזידענט איז ער געשטארבן פון א לונגען אנטצינדונג (נעמאניע). העריסאן איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שטארבן אימיטן דינען זיין טערמין. דער וויצע פרעזידענט זשאן טיילער האט אים איבערגענומען

זיין טויט

אלס קאנדידאט האבן זיינע קעגענער אים קריטיקרט אז ער איז צו אלט און נישט בכח צו פירן דאס לאנד, כדי צי ווייזן זיינע כוחות האט ער געהאלטן די לענגסטע איינשווערונגס רעדע אין היסטאריע, כמעט צוויי שעה. די רעדע האט ער געזאגט אויף דער גאס אין דער קעלט אן אנטון ווארימע מלבושים. מה עשה הקב"ה, נאך אזא לאנגער דרשה אין די פרעסט, האט ער געכאפט א שווערע פארקילעכטס און עס האט זיך אנטוויקלט אין אים די שעדליכע לונגען אנטצינדונג. אין יענער עפאכע האט נאך נישט עקזיסטירט קיין אנטיביאטיק, און ביז פיר וואכן איז ער געשטארבן.

העריסאן האט געדינט די קערצטע טערמין אין היסטאריע.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!