רוי:רבי שלמה זלמן ליפשיץ

פון המכלול
ווערסיע פון 16:56, 25 מאי 2020 דורך YI>פוילישער (אראפגענומען קאטעגאריע:ווארשע; צוגעלייגט קאטעגאריע:יידן פון ווארשע מיט HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב שלמה זלמן ליפשיץ (פוזנא ה'תקכ"ה 1765 - ווארשע י"א ניסן ה'תקצ"ט 26סטן מערץ 1839) איז געווען דער ערשטער שטאטס רב פון ווארשע און דער מחבר פון "חמדת שלמה", שו"ת אויף די פיר חלקים פון שולחן ערוך.

ביאגראפיע

שלמה זלמן איז געבוירן געווארן אין יאר תקכ"ה צו זיין פאטער הרב יצחק בן ר' יואל ליפשיץ אין פוזנא (היינט פוילן). פון קינדווייז אן האט ער מקדיש געווען זיין צייט צו לערנען תורה. ביי די 17 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון ר' יקיר, פון די גרויסע גבירים אין דער פוזנער קהילה, וואס האט אים געגעבן א גרויסן סכום פאר א נדן, און האט אים צוגעזאגט 10 יאר קעסט. נאך געציילטע יארן איז זיין ערשטע ווייב נפטר געווארן, מיט וועמען ער האט געהאט זיינע קינדער, ר' יואל און רבי שלמה. נאך איר פטירה האט ער געהייראט איר שוועסטער, פייגיל. זיין שווער האט אים ווידעראמאל געגעבן א שיינעם נדן, און האט אים צוגעזאגט נאך צען יאר קעסט. ביי די 40 יאר, ווען ער איז שוין געווען 22 יאר ביי זיין שווער, האט ער געדארפט גיין זוכן א פרנסה. אין מסחר האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, ביז אין תקס"ד האט ער באקומען דאס רבנות פון נאשעלסק. אין יאר תקע"ט האט מען אים באשטימט רב פון פראגא (היינט א פארשטאט פון ווארשע), און אין תקפ"א איז ער געווארן דער ערשטער הויפט רב פון ווארשע.

זיינע תלמידים

  • רבי חיים יהודה לייב הלוי עפשטיין, אב"ד קאלאשין, מחבר ספר שו"ת פרי חיים.
  • רבי יעקב יהודה לייב לעווי אב"ד שלעשין, און דיין אין ירושלים, מחבר פון "בית לאבות" אויף פרקי אבות.
  • רבי נחום לעווי אב"ד שאדיק, מחבר ספר אבני קודש - שו"ת וחידושים בש"ס ופוסקים.
  • רבי נתן נטקע שפיגלגלאס, דיין אין ווארשע - מחבר פון שו"ת מאורות נתן.

פטירה

די נאכט פון י"א ניסן ה'תקצ"ט, איז נפטר געווארן רבי שלמה זלמן. זיין קבר געפינט זיך אין דער ווארשעווער בית עולם אויף א בערגל ביים צענטראלן אריינגאנג, מיט אן אוהל אויף זיין קבר.

וועבלינקען