רוי:רבי שלמה זלמן ליפשיץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב שלמה זלמן ליפשיץ (פוזנא ה'תקכ"ה 1765 - ווארשע י"א ניסן ה'תקצ"ט 26סטן מערץ 1839) איז געווען דער ערשטער שטאטס רב פון ווארשע און דער מחבר פון "חמדת שלמה", שו"ת אויף די פיר חלקים פון שלחן ערוך.

ביאגראפיע

שלמה זלמן איז געבוירן געווארן אין יאר תקכ"ה צו זיין פאטער הרב יצחק בן ר' יואל ליפשיץ אין פוזנא (היינט פוילן). פון קינדווייז אן האט ער מקדיש געווען זיין צייט צו לערנען תורה. ביי די 17 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון ר' יקיר, פון די גרויסע גבירים אין דער פוזנער קהילה, וואס האט אים געגעבן א גרויסן סכום פאר א נדן, און האט אים צוגעזאגט 10 יאר קעסט. נאך געציילטע יארן איז זיין ערשטע ווייב נפטר געווארן, מיט וועמען ער האט געהאט זיינע קינדער, ר' יואל און רבי שלמה. נאך איר פטירה האט ער געהייראט איר שוועסטער, פייגיל. זיין שווער האט אים ווידעראמאל געגעבן א שיינעם נדן, און האט אים צוגעזאגט נאך צען יאר קעסט. ביי די 40 יאר, ווען ער איז שוין געווען 22 יאר ביי זיין שווער, האט ער געדארפט גיין זוכן א פרנסה. אין מסחר האט ער נישט געהאט קיין הצלחה, ביז אין תקס"ד האט ער באקומען דאס רבנות פון נאשעלסק. אין יאר תקע"ט האט מען אים באשטימט רב פון פראגא (היינט א פארשטאט פון ווארשע), און אין תקפ"א איז ער געווארן דער ערשטער הויפט רב פון ווארשע.

זיינע תלמידים

פטירה

די נאכט פון י"א ניסן ה'תקצ"ט, איז נפטר געווארן רבי שלמה זלמן. זיין קבר געפינט זיך אין דער ווארשעווער בית עולם אויף א בערגל ביים צענטראלן אריינגאנג, מיט אן אוהל אויף זיין קבר.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!