יואל לאנדא

חסיד'ישער אינוועסטאר און פילאנטראפ פון וויליאמסבורג

יואלי לאנדא (געבוירן י' אלול ה'תש"מ, 1980[1]) איז א וויליאמסבורגער אונטערנעמער און פילאַנטראָפּ, נוירסינג-האום מאגנאט און סאטמארער חסיד. ער איז דער גרינדער פון עטליכע העלט-קעיר פירמעס, און פון 'קרן תוספות יום טוב' ארגאניזאציע, און פיאנער פון 'וויליאמסבורג חלוקות'. לאנדא'ס ווערט איז געשאצט צו זיין ארום א האלב ביליאן דאלער. לאַנדאַ איז דער גרינדער פון דער Allure Group, וועלכע ספּעציאַליזירט זיך אין קויפן און רענאווירן נוירסינג-היימען און רעהאַביליטאַציע צענטערן אין ניו יארק סיטי און אַמעריקע. ער איז א באוואוסטער פיגור אין דער חרדישער וועלט צוליב זיינע ברייטהאַרציגע נדבות און זיינע שאַרפע אַנטי-ציוניסטישע מיינונגען, בפרט איבער דעם ענין פון נישט נעמען קיין געלט פון דער מדינה.

יואל לאנדא
יואל לאנדא.jpg
געבורט אויגוסט 22, 1980 (יארגאנג: 45)
י' אלול ה'תש"מ
ברוקלין
פעילות בולטת קרן תוספות יום טוב
עיסוק The Allure Group

יואל איז א חסיד פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר. ער האט אפגעראכטן עטליכע מאל גרויסע הכנסת ספר תורה'ס ארייגערעכנט כ"ד שבט תשע"ט אין ארץ ישראל[2], און נאך איינס צום סאטמארער תלמוד תורה אויף טרופ עוועניו זאת חנוכה תשפ"ג[3] אריינגעגעבן דורך זיין זון, יהודה[4]. ביי דער חתונה פון זיין טאכטער אין עטרת אברהם און א שבע ברכות פאר פילאנטראפן האט ער צוגעשטעלט אויף א רייכע פארנעם מיט פולע ארקעסטרעס און באקאנטע זינגער[5][6], און האט לכבוד די שמחה פארטיילט באנוסעס פאר די איינגעשטעלטע אין די סאטמארער מוסדות, און נדבות פאר אלמנות[7].

ביאגראפיע

יואלי איז געבוירן און אויפגעוואַקסן אין קרית יואל, מאנרא, ניו יארק צו הרב יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם זלאטשוב אין קרית יואל, א בן־אחר־בן פון רבי יוסף פון יאמפאלא. יואל הייסט נאכ'ן סאטמארער רבי'ן, וועלכער איז נפטר געוואָרן אין תשל"ט. זיינע ברידער זענען רבי שלום, דער ראב"ד 'בד"ץ לדון ולהורות' און ראש הכולל 'עמודי דגירסא', און רבי משה, דער רב פון ביהמ"ד יאמפעלע אין ווילאמסבורג, און גרינדער פון 'קרית זית רענן' אין מאונט אליוו, ניו דזשערסי[8]. ער איז אויפגעוואקסן אין אן "ערנסט דחקות'דיגע שטוב"[9].

אין זיינע קינדער יארן האט יואל געהאט שוועריגקייטן מיטן לערנען, דארפנדיג זיך ארום שלאגן מיט שווערע ADD. ער איז געווען דער שוואַכסטער אינגל אין קלאַס, געפלויגן פון איין כתה צו דער אנדערער, און די חברים האבן זיך פון אים דערווייטערט און אים געבוליט אן רחמנות. וויבאלד עס זענען געווען אין קלאס פיר קינדער מיטן נאמען יואל לאנדא, האט מען אים גערופן "לאנדא ג'". ער האָט געפילט זיך אפגעווארפן דורך זיין רבי און חברים. פאר זיין בר מצוה האט ער איבערגעלעבט א טראומא, ווען א מלמד האט אים אריינגעהויבן מערדערליכע שלעק מיט א פאסיק. נאָכדעם וואָס מען האָט אים אומגערעכט באַשולדיגט אין אַ שטיק. זיין לעבן האָט זיך געענדערט ווען אַ געוויסער רבי האָט אים גענומען צו זיך אין שטוב צו לערנען מיט אים מיט געדולד אין דער צייט פון שובבי"ם; ער האָט דעמאָלט צום ערשטן מאָל אין זיין לעבן פארשטאנען גמרא און דערשפירט טעם אין לערנען[9]. אלס בחור האט ער געלערנט אין עטליכע ישיבות, צווישן זיי אין ישיבת בנין דוד מאנטעווידעא ביים קאפישער רב רבי אהרן גד כ"ץ[10].

יואל האט געהייראט רחל, א טאכטער פון ר' ישראל משה שטיין פון וויליאמסבורג, וואו לאנדא האט זיך באזעצט. נאָך דער חתונה האָט ער געלעבט אין עקסטרעמער ארעמקייט, אָנהייבנדיג זיין הייראַט מיט בלויז $1,050. כדי זיך צו באַרעכטיגן פאַר רענט הילף, איז ער פאַר עטליכע נעכט געשלאָפן אין ספינקא ביהמ"ד אויף בעדפאָרד עוועניו, אַלס אַ "היימלאָזער" יונגערמאַן.

זיין עקאנאמישער דורכברוך האט זיך אנגעהויבן אין א דאקטאר'ס אפיס, ווען ער האט באמערקט א פראבלעם מיט אינשורענס צאלונגען. טראץ זיין צעבראכענעם ענגליש, האט ער זיך גענומען דעם ריזיקע צו קאלעקטירן די אפגעווארפענע קלעימס. א חודש שפעטער האט ער דעם דאקטאר צוריקגעברענגט א טשעק פון $90,000. דאס האט אים ערמעגליכט צו אפּלאזן אלע סארט רעגירונגס שטיצע, מיט דער פילאזאפיע: "אפּהענגיגקייט ברענגט שוואכקייט; אומאפּהענגיגקייט ברענגט שטאַרקייט"[9].

ביזנעס קאריערע

לאנדא'ס רייכקייט שטאַמט הויפּטזעכליך פון העלטקעיר סערוויסעס, ספעציעל נוירסינג היימען, און דעם פארבונדענעם ריעל עסטעיט. לאנדא'ס אינטערעסע אין געריאטרישער מעדיצין האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל צו באזוכן זיין זיידע, הרב נתן פריעד (א מקורב צום חזון איש), וועלכער איז געווען אין א וויזשניצער נורסינג האום אין בני ברק[9][11].

אין 2011 האבן לאנדא און זיינע מיט-גרינדער געגרינדעט די אלור גרופע (The Allure Group), וואו ער דינט אלס CEO. איר ציל איז צו קויפן און אויפלעבן נוירסינג היימען וואס שטייען אויס צו פארשלאסן ווערן. די פירמע אפּערירט איבער 1,400 בעטן אין זעקס איינריכטונגען אין ניו יארק סיטי, אריינגערעכנט: העמילטאן פארק צענטער (געווען וויקטארי מעמאריעל שפיטאל) אין ברוקלין[12]; לינדען צענטער (געוועזענע רובי וועסטאן מעינאר); קראון הייטס צענטער; בעדפארד צענטער (געוועזענע "אשל אברהם") אין וויליאמסבורג; קינג דעיוויד צענטער אין בארא פארק; און הארלעם צענטער. אין 2018 האט לאנדא געגעבן $1,300 באָנוסן צו איבער 250 אנגעשטעלטע ביים "הארלעם צענטער" פאר זייער ארבעט אין פארוואנדלען די אמאל-קאפּווייטאגע איינריכטונג אין א פינף-שטערן רעיטעד נוירסינג-היים[13]. אין 2012 האט ער אויך קא-געגרינדעט אלפא קעיר (AlphaCare), וואס געבט קאמיוניטי-באזירטע לאנג-טערמין זארג און סופּארט סערוויסעס פאר עלטערע מענטשן אין ניו יארק סיטי.

טייל פון די אומפונקציאנירנדע נוירסינג היימען טוען לאנדא און די אלור גרופע איבערמאכן פאר רעזידענטשל דירות. אנפאנג 2015 האבן זיי געקויפט די 'CABS נורסינג-היים' אין בעדפארד סטייוועסענט פאר $15.6 מיליאן. די פיר-שטאקיגע נאכגעלאזטע איינריכטונג[14] איז אראפגעווארפן געווארן צו בויען אויף איר 72,800 קוואדראט פיסיגער שטח, וועלכע איז אינצווישן דורך א ריזאונינג, א נייער הויכשטאקיגער דעוועלאפּמענט פון לוקסעריעזע קאנדאס[15].

לאנדא איז געוואָרן סקאַנדאַליזירט צוליב זיין ביזנעס מיטן "ריווינגטאָן הויז", אן אומפונקציאנירנדע און כמעט ליידיגע נוירסינג-היים אין לאוער-איסט-סייט מאַנהעטן. אין 2015 האבן לאנדא און די אלור גרופע געקויפט דעם פובליק געביידע פאר $28 מיליאן[16]. די פראפערטי געקומען מיט אַן אַלגעמיינעם באַגרעניצונג דורך א דיעד-רעסטריקציע, וואס האט געפאדערט אז די פּראָפּערטי זאל נישט ווערן דעוועלאפט נאר זאל בלייבן א נאן-פּראפיט רעזידענטשל העלט-קעיר איינריכטונג[17]. אין לויף פון 13 חדשים האָט אבער לאנדא גענומען שריט צו ענדערן דעם זאָונינג און האָט מצליח געווען אַראָפּצונעמען די די באגרעניצונג איז דורך די סיטי פון ניו יארק פאר אַן אפּצאל פון $16.15 מיליאן. דאס האט ערמעגליכט לאנדא צו פארקויפן די פראפערטי פאר $116 מיליאן אין 2016 צו דעוועלאפּערס פון לוקסעריעזע קאנדאמיניומס, אים ברענגענדיג א בערך $70-$72 מיליאן פּראפיט[16][18]. דער פארקויף איז אפּראווד געווארן טראץ לאנדא איז געווען שולדיג 6 מיליאן דאלאר אין שטייערן פאר דער שטאט[19]. די פּרשה האט ארויסגערופן אַן אויספארשונג דורך דער ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער[20], און געפירט צו אויפזאגונג פון א סיטי אפישל[21] און ענדערונגען אין די סיטי פּראָצעדורן. אין 2018 האט לאנדא איינגעשטימט צו צאלן צוויי מיליאן דאלער אין שטראפן און נדבות פאר וואוילטעטיגע צוועקן, אין א שליכטונג מיט ניו יארק סטעיט אטורני גענעראל עריק שניידערמאן[22]. די ניו יאָרק אַטוירני דזשענעראַל טיש דזשעימס האט צוריקגעגעבן א $10,000 דאנאציע פון לאנדא צוליב דער קאנטראווערסיע[23].

דורכאויס די קאוויד-19 פאנדעמיק איז זיין רייכטום פארברייטערט געווארן, און ער איז געווארן א ביליאנער, פון די רייכסטע חסיד'ישע אידן. אין 2020 איז ער גע'קנס'עט געווארן דורך די ניו יארק סטעיט דעפּארטמענט פון געזונט פארן נישט באריכטן 25 קאראנאווירוס טויטן אין זיין הארלעם פאציליטעט[24]. די לינדען צענטער איז געאורטיילט געווארן צו באצאלן $750,000 פארן טויט פון א איינוואוינער צוליב נאכלעסיגקייט אין 2022[25].

אין 2012 איז לאנדא געווען א שותף אין שאפן די פּינטא קאַפּיטאַל פּאַרטנערס (Pinta Capital Partners), א פּריוואטע-אינוועסטמענט פירמע[26], וואס אינוועסטירט אין העלט-קעיר ביזנעסער. זי פארמאגט אונטער איר אייגנטום דעם 'רידזשען (ReGen) העלטקעיר'. אין מערץ 2021 האט רידזשען געמאכט א $50 מיליאן דעבט אינוועסטמענט אין 'דזשענעסיס העלטקעיר', וואס איז דעמאלט געווען דער גרעסטער נוירסינג האום אפּעראטאר אין די פאראייניגטע שטאטן מיט איבער 325 האומס אין 24 שטאטן, וואס האט געגעבן רידזשען א 25% אייגנטומערשאפט אין דזשענעסיס' סובסידייעריס[27]. דזשענעסיס איז דאן אראפּ צו ארום 175 האומס נאך דיוועסטירן אסאך צו דריי פירמעס, צווישן זיי די לאנדא און פרידמאן-קאנטראלירטע אורארא העלט נעטווארק[28]. אין יולי 2025 האט דזשענעסיס דערקלערט טשעפּטער 11 באנקראט, מיט א פּרעלימינארן דיעל צו ווערן איבערגענומען דורך א רידזשען אפיליאירטע פירמע, וואס וועט סעטן א פלאר פּרייז פאר די באנקראט ליציטאציע[29][30].

לאנדא האט קא-געגרינדעט 'אוראָראַ העלט נעטווארק' (Aurora Health Network) מיט ליפא פריעדמאן. אין 2022 האט די אורארא העלט נעטווארק אינאיינעם מיט הייגעיט קאפיטאל אינוועסטמענטס געשלאסן א $3.2 ביליאן דיעל פאר די 'וועלנעס אינפראסטרוקטור' ביזנעס פון DigitalBridge, וואס האט איינגעשלאסן 83 נוירסינג פאציליטעטן. דאס האט געפירט צו דער גרינדונג פון "סאנטער העלט אינוועסטארס" (Santerre Health Investors)[31]. אורארא איז אויך געווען א טייל פון א דזשאוינט ווענטשור מיט וועלטאוער און פּיס קאפּיטאל צו קויפן 35 דזשענעסיס געביידעס פאר $500 מיליאן[28].

פילאנטראפּיע

 
לאגא פון קרן תוספות יום טוב
 
יואל לאנדא מיט זיין פאטער ביים אראפלייגן קבלות אויפ'ן ציון פונעם תוספות יום טוב אין קראקא

לאנדא האט זיך בארימט געמאכט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר צדקה, און זיין אייגנארטיגער צוגאנג דערצו. ער זאָגט אַז ער גיט מער פון 50 פּראָצענט פון זיין גראָס איינקונפט צו צדקה, און אַז זיין הצלחה קומט פון גרויס בטחון[9]. ער האט געגרינדעט און ער האלט אויס דעם ארגאניזאציע "קרן תוספות יום טוב", אויפן נאמען פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער, וואס באשעפטיגט זיך אין מעורר זיין מענטשן נישט צו רעדן ביים דאווענען. די קרן גיט ארויס א וועכנטליכן גליון מיטן נאמען "נקדישך". זיי שרייבן אויך א ספר תורה לזכות די אידן וואס היטן די קדושת התפילה, און די ראשי הקרן, הרב ראבינאוויטש און אנדערע, זענען ארומגעגאנגען צו רבנים און אדמורי"ם איבער די וועלט אריינצושרייבן אותיות אין די ספר תורה. די באזוכן ווערן געדעקט וועכנטליך אינעם נקדישך גליון[32].

אין תשע"ח האט לאנדא ארגאניזירט א נסיעה קיין קראקא צום ציון פונעם תוספות יום טוב אינעם טאג פונעם יארצייט ו' אלול, וואס ער האט אויסגעצאלט פאר גבאים פון יעדן בית המדרש איבער ניו יארק וועלכע האבן אנגעפירט א קבלה דרייוו איבער מורא מקדש, און אויך א געווינער פון יעדן בית המדרש פאר די וואס האבן גענומען די קבלות. ער האט צוגעשטעלט א טשארטער פליגער, מאלצייטן, האטעלן, פראגראמען און דרשות, און א שבת אין שטאט צאנז[33]. ביים ציון האט מען אראפגעלייט 8,000 קוויטלעך און קבלות ״שלא לדבר בשעת התפלה״[34].

אין די יארן תשפ"ד–תשפ"ה איז ערשינען דורך דער קרן אן אויסגאבע פאר קינדער מיטן נאמען "שטענדערל" צו מחזק זיין אויף עניני תפילה[35], צוערשט פארשפרייט בחינם, און שפעטער איז דאס פארגרעסערט געווארן און בלויז פאר די קינדער וואס זענען איינגעשריבן אין זיין "עבודה שבלב" פראגראם[36]. פון ואתחנן תשפ"ד איז דער 'קינדער שטוב' אויסגאבע פון 'א בליק' אויפגעלעזט געווארן און זיך צוזאמגעשטעלט מיט שטענדערל[37]. אין איר הויכפונקט איז עס אָנגעקומען צו אַרום 50,000 אידיש־רעדנדיגע קינדער אין אַמעריקע[9]. יואל פלעגט שרייבן דארט א קאלום, א "פערזענליכע ווארט פונעם פטרון צו די טייערע עובדים"[38], דערביי האט ער געשריבן א טעלעפאן נומער צו אים איבערגעבן קאמענטארן. איין וואך האט ער געשריבן זיינע איבערלעבענישן אלס בחור און זיין מאטיוואציע אויפצושטיין פארטאגס[39]. אין תשפ"ה האט שטענדערל פּראקלאמירט אַן איניציאטיוו "בני מלכים", צו מחזק זיין כיבוד אב ואם ביי די קינדער, אפּהאלטנדיג פארזאמלונגען און פּראגראמען פאר דעם צוועק.

לאנדא האָט אָנגעפירט מיט גרויסע חלוקות פאַר ימים טובים אין וויליאמסבורג, דורכגעפירט דורך זיין ברודער מאָטי[9]. אויף סוכות תשפ"ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום 5,000 וויליאמסבורגער משפחות[40], און נאך א גרעסערע חלוקה דעם נאכפאלגנדן פסח. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה", וואס טיילט אויס דיסקאונטס פון גרויסע פראצענטן פאר קינדער-געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג, און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט, וואו ער וואוינט.

ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות, "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו[41]. ער האט מנדב געווען "בנין לאנדא" פאר די הכנסת אורחים אין שטאט סיגוט אנגעפירט דורכ'ן סאטמארער רבי'ן, רבי אהרן טייטלבוים[42]. ער שטיצט אויך פארשידענע ישיבות אין ירושלים, אַריינגערעכנט ישיבת אורייתא[43] און ישיבת תפארת יונתן יהושע. אין דער ישיבה איז געגרינדעט דער אולם לאנדא פאַר חסד אַקטיוויטעטן[44].

ער האָט געבויט דעם לוקסוריעזן ביהמ"ד "מרכז התורה אור חיים" אין וויליאמסבורג (געעפנט תשפ"ה), אויפ'ן נאמען פונעם ריבניצער רבי'ן, באדעקט מיט האנט-באצירטע שטיינער אויסגעהאקט פון ירושלימ'ער אומגעגנט[45][46]. לאנדא האט אפילו געלאזט אריינברענגען שניי פון ווערמאנט כדי צו קענען האבן א כשר'ע מקוה פאר פסח[47]. דאס איז אויסער וואס ער פארמאגט א ביהמ"ד, א ישיבה און א כולל, אנגעפירט דורך זיין ברודער ר' שלום. ער האט אויך אויפגעשטעלט א מכון להוצאת ספרים 'זכרון אברהם', וואס האט שוין ארויסגעגעבן די ספרים בעל שם טוב, בני יששכר און ויואל משה מיט ביאורים, און א הגדה של פסח מיט א ביאור אויף אידיש 'מסילה ישרה', און נאך.

אין כ"א כסלו תשפ"ה האט יואל, אין א רעדע ביי א פארזאמלונג פון סאטמארער חסידים אין בארקלעיס סענטער סטאדיום, אנאנסירט א 30% העכערונג אין געהאלט פאר אלע מלמדים פון סאטמארער מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו פינאנצירן צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות[48][49]. עטליכע וואכן שפעטער האט ער אפגעראכטן ביי זיך אין שטוב א שבע ברכות פאר אן אייניקל פון סאטמארער רבי, א טאכטער פון רבי יעקב בער טייטלבוים רב פון סיגוט אין בארא פארק, וואו ער האט פארשפראכן פאר סאטמאר צוויי נייע חתונה-זאלן אין וויליאמסבורג, א בנין פארן תלמוד תורה אין קרית יואל, און א שטאק אינעם תלמוד תורה אין ירושלים[50].

אידעאלאגיע

אין סיון תשפ"ה האט לאנדא געבארגט זיין פּריוואטן פליגער פארן 86 יעריגער גערער רבי'ן, רבי יעקב אריה אלטער, צו רייזן קיין אמעריקע אהין-און-צוריק פאר אן עמערדזשענסי פאנדרעיזינג קאמפיין פאר גערער מוסדות אין ליכט פון פינאנציעלע שניטן און דעם גיוס קריזיס אין מדינת ישראל. לאנדא האט אויך געגעבן א באדייטנדע נדבה (א מיליאן דאלער לויט געוויסע קוועלן) פאר די מוסדות פון גער[51][52][53]. לאנדא האט דאן איבערגעגעבן אַ פּערזענליכן בריוו צום רבי'ן, וועלכער איז שפּעטער אַרויסגערינען צו די מעדיע און געשאַפן אַ שטורעם אינעם חרדישן ציבור. אין דעם בריוו, האט לאנדא קריטיקירט די אויפפירונג פון חרדישע פּאליטישע פּארטייען און פירער אין מדינת ישראל, טענה'נדיג אז די עקאנאמישע אפהענגיקייט אויף די מדינה פירט צו "רוחניות'דיגע פּשרות", אריינגערעכנט די גרייטקייט צו מגייס זיין בחורים וואס לערנען נישט תורה כדי צו באקומען געלט פאר ישיבות. לאנדא האט פארגעשלאגן דעם גערער רבי'ן צו אדאפּטירן דעם סאטמארער שיטה פון זעלבסטשטענדיגקייט, וואו גבירים און דער ציבור האלטן אויס מוסדות אָן רעגירונגס-שטיצע. ער האט געטענה'ט אז דאס וועט מאכן די קהילה שטארקער און מער פאראנטווארטליך. דער בריוו איז קריטיקירט געווארן דורך פילע ווי א חוצפה קעגן א גרויסן רבי'ן[54][55][52]. לאנדא זעלבסט טענה'ט אַז דער בריוו איז נישט פאַרעפנטליכט געוואָרן דורך אים, און ער איז אַליין זייער ברוגז אויף די ליעק[9]. פילע אינעם גערער הויף זאָגן אַז די אידעאָלאָגישע חילוקי דעות צווישן סאַטמאַר און גער איבער רעגירונגס־געלטער זענען אַלט און וועלן נישט גרינג געענדערט ווערן.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. Joel Landau, Geni.com
  2.   קליפ הכנסת ספר תורה לנדא, הפקה טיפ הפקות אירועים, ווידעא אויף יוטיוב.
  3. מעמד סיום כתיבת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; מעמד הכנסת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; ווידעאו, אויף גוגל דרייוו.
  4. דאס הזמנה בריוול, אויף אייוועלט.
  5.   חתונת בת הנגיד יואלי לנדאו בויאלמסבורג מקהלת 'מלכות', עם גדולי זמר החסידי ותזמורתו של הערשי לנגזאם, ווידעא אויף יוטיוב,   נומער 2, ווידעא אויף יוטיוב, אודיאו פון די חתונה צו דאונלאודן.
  6.   שבע ברכות הנגיד יולי לנדאו - וויליאמסבורג בניצחו של מאסטרו בנ לאופר עם גדול זמר החסידי, ווידעא אויף יוטיוב.
  7. קרישקעס, אויף בחצרות הקודש, ‏י"ז כסלו תשפ"ד.
  8. קרית זית רענן, נייע שטעטל אין Mount Olive NJ, אויף אידטיש.
  9. 9.0 9.1 9.2 9.3 9.4 9.5 9.6 9.7 Aryeh Ehrlich, Declaration of Independence, Mishpacha Magazine, ‏September 30, 2025 (Originally featured in Mishpacha, Issue 1081; אידישע איבערזעצונג)
  10. יואל לאנדא, "יוצאים מן הלב", שטענדערל ויצא תשפ"ה, זייט 10.
  11. Mario Schulzke, Joel Landau - Co-founder of The Allure Group, IdeaMensch, ‏אוגוסט 15, 2017.
  12. McGoldrick, Meaghan (December 30, 2016). "Possible partnership between Northwell and Maimonides in the works for Bay Ridge". Brooklyn Reporter.
  13. JLand, Joel Landau and Allure Group Give $1.3K Bonuses to 250+ Workers, Patch, ‏יולי 13, 2018.
  14. Kyna Doles, Here's what the $10M-$20M NYC investment sales market looked like last week, The Real Deal, ‏יולי 14, 2015.
  15. Craig Hubert, Former Nursing Home in Bed Stuy Is Being Razed for Controversial New Development, Brownstoner, ‏יוני 12, 2019.
  16. 16.0 16.1 "Appendices for Examination of the City's Removal of the Deed Restriction at 45 Rivington Street in Manhattan" (PDF). New York City Department of Investigation. July 2016
  17. David Goodman, How New York Allowed Gentrification for $16 Million, New York Times, March 30, 2016 (  ארכיוו)
  18. J. David Goodman, New York Officials Were Warned About Lifting Nursing Home’s Deed Limits, Report Says, New York Times, יולי 14, 2016 (  ארכיוו);
    Laura Nahmias, De Blasio faults policy, not staff, for Rivington deal, Politico, ‏יולי 14, 2016.
  19. Klein, Melissa; Short, Aaron; Vincent, Isabel (April 10, 2016). "Paterson was paid consultant to firm that flipped nursing home". The New York Post.
  20. Report of the New York City Comptroller on the Sale of Two Deed Restrictions Governing Property Located At 45 Rivington Street, ‏August 1, 2016.
  21. Aaron Short, City official who approved Rivington House deal axed, New York Post, ‏February 26, 2017.
  22. Zoe Rosenberg, Rivington House investigation culminates with Attorney General, Allure Group settlement, Curbed NY, ‏יאנואר 8, 2018;
    Jonathan LaMantia, Nursing home chain looks to future after scandal, Crain's New York Business, ‏January 16, 2018.
  23. Will Parker, Tish James refunds $10K contribution from Rivington House’s Joel Landau, The Real Deal, ‏סעפטעמבער 6, 2018.
  24. Kerry Burke, Stephen Rex Brown, Harlem nursing home faces state fines for hiding coronavirus casualties, New York Daily News, ‏מאי 31, 2020.
  25. Kirstyn Brendlen, Brooklyn nursing home with infamous owner ordered to pay $750k after death of longtime resident, Brooklyn Paper, ‏יאנואר 7, 2022.
  26. PintaCapitalPartners.com team.
  27. Alex Spanko, Nursing Home Giant Genesis to Restructure, Voluntarily Delist from NYSE as ReGen Steps in with $50M Stake, Skilled Nursing News, ‏מערץ 3, 2021.
  28. 28.0 28.1 Alex Spanko, Welltower to Largely End Relationship with Genesis, Bolster ProMedica Joint Venture in $880M Deal, Skilled Nursing News, ‏מערץ 2, 2021.
  29. Tim Mullaney, [Updated Skilled Nursing Giant Genesis HealthCare Files For Chapter 11 Bankruptcy], Skilled Nursing News, ‏יולי 10, 2025.
  30. Emergency court action scheduled Friday in Genesis bankruptcy - McKnight's Long-Term Care News, McKnights Long-Term Care News, ‏יולי 10, 2025.
  31. Alex Zorn, $3.2B DigitalBridge Portfolio Sale Closes, Santerre Health Formed to Manage Platform, Skilled Nursing News, ‏פעברואר 28, 2022.
  32. גליון נקדישך אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב.
  33. זעט "קרן תוספות יו"ט נסיעה קיין קראקא - ו' אלול תשפ"ג", אשכול אויף אייוועלט.
  34. בילדער נסיעה שנת תשע”ח אויפ'ן וועבזייטל פון קרן תוספות יום טוב.
  35. אלע גליונות אויף גוגל-דרייוו.
  36. shtenderl.org.
  37. תגובה פון 'קינדער שטוב' אויף אייוועלט.
  38. "יוצאים מן הלב - מפניני הרבני הנגיד ר׳ יואל לאנדא", אשכול אויף אייוועלט.
  39. שטענדערל ויצא-וישלח תשפ"ה.
  40. ווידעאו פון דער חלוקה אויף אייוועלט; אין הונטערגרונד הערט מען דעם פאראדיע "יואלי לאנדא'ס קרעדיט קארד", פארפאסט איין יאר פורים ביי יואלי'ן אינדערהיים דורך ליפא שמעלצער.
  41. חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מיט רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר' יואל לאנדא, אויף בחצרות הקודש.
  42. במוצאי מנוחה · האד׳ מסאטמאר באזוכט בבית הנגיד ר׳ יואל לאנדא אין וויליאמסבורג, אויף בחצרות הקודש.
  43. בחדרי חרדים, האדמו"ר מדושינסקיא קבע מזוזה בהיכל התורה המפואר והמרווח בבניין ישיבת "אורייתא", אויף בחדרי חרדים, יאנואר 9, 2023; נתי קאליש, צפו: הינוקא ביקר בסוכת הנגיד מארה"ב וניגן בפסנתר, ‏י"ט בתשרי תשפ"ד.
  44. https://www.tyy.co.il/.
  45. Construction Nears Completion on 89 Throop Avenue in South Williamsburg, Brooklyn אויף New York YIMBY וועבזייטל.
  46. אייגנארטיגע בנין: 'מרכז התורה אור חיים' נדבת הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א, אויף אידטיש;   Imperial marble & Granite craftsmanship, video on YouTube (אידיש ווידעאס), הונטער די קוליסן פון אהערשטעלן די הערליכע ביהמ"ד אור חיים ד'ריבניץ אין וויליאמסבורג.
  47. INCREDIBLE! Philanthropist R’ Yoeli Landau Trucks Snow In From Vermont To Ensure New Mikvah Is Ready For Pesach, March 26, 2025 – The Yeshiva World; חיים רוזנבוים, ‏השלג מקנדה, הכשיר מקווה בווילאמסבורג | פתרון יצירתי, אויף כיכר השבת, 2025-03-27.
  48.   דרשה כ"א כסליו תשפ"ה, דורך יואל לאנדא, ווידעא אויף יוטיוב.
  49. יואל לאנדא, "20,000 אידן ווארטן. זאל איך אנהייבן אדער אנטלויפן?!", שטענדערל 56, מקץ-חנוכה תשפ"ה, עמ' 6.
  50. עלף מיליאן דאללער פאר דריי פרישע סאטמארע פראיעקטן, אויף JDN, ‏י"ח טבת תשפ"ה.
  51. משה ויסברג, האדמו"ר מגור המריא במטוס פרטי לארץ וערך 'לחיים' עם הנגיד, אויף בחדרי חרדים, יוני 22, 2025.
  52. 52.0 52.1 שלמה טייטלבאום, המטוס הפרטי, האדמו"ר מגור ואיש העסקים הממולח מניו יורק ששווה חצי מיליארד דולר, באתר כלכליסט, יוני 26, 2025
    Shlomo Teitelbaum/Calcalist, Savvy NY Haredi businessman worth $500 million tells Israeli ultra-Orthodox: Stop dependency on state funds, ynetnews, ‏יולי 3, 2025.
  53. Shilo Freid, One million dollars for house visit: Hassidic spiritual leader launches US fundraising tour, ynetnews, ‏יוני 9, 2025.
  54. יעקב אבוביץ, ‏בעל המאה הוא בעל הדעה? הנגיד קורא לאדמו"ר מגור: תלמד מסאטמר, אויף JDN‏, יוני 24, 2025 (העברעאיש).
  55. משה ויסברג, חשיפה: המכתב הסודי של איל ההון הסאטמרי לאדמו"ר מגור, אויף בחדרי חרדים, יוני 23, 2025.