רבי רפאל יום-טוב ליפמאן היילפרין
רבי רפאל יום־טוב ליפּמאַן היילפּערין (ה׳תקע״ו, 1816, ראָזשינאָי, ליטע – ו׳ שבט ה׳תרל״ט, 30סטן יאנואר 1879, ביאַליסטאָק, פּוילן), אויך באַקאַנט אלס ר׳ ליפּעלע ביאַליסטאָקער, איז געווען אַ ליטווישער רב, וואָס האָט געדינט אין רבנות אין פאַרשידענע שטעט אין דער ליטוויש־פּוילישער געגנט. ער איז געוואָרן באַרימט אַדאַנק זיין ספר שאלות ותשובות, דער "עונג יום־טוב".
ביאָגראַפיע
פריע יאָרן און ערציאונג
רבי יום־טוב ליפּמאַן היילפּערין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תקע״ו צו זיין פאָטער, רבי ישראל היילפּערין, וועלכער איז געווען רב אין ראָזשינאָי. רבי ישראל איז געווען אַן אייניקל פון ר׳ חיים היילפּערין, דער גליל רב אין מינסק. זיין מוטער איז געווען די טאָכטער פון הרב הצדיק ר׳ טוביה פון ראָזשינאָי, אַן אייניקל פון ראָזשינאָיער קדוש רבי טוביה, וועלכער האָט זיך מוסר־נפש געווען על קידוש השם צוזאַמען מיט ר׳ ישראל, די צוויי ראָזשינאָיער קדושים וואָס האָבן געראַטעוועט די אידישע קהילה פון אונטערגאַנג[1].
ווען ער איז געווען אַרום דריי יאָר אַלט (אַרום תקע״ט), האָט זיין פאַמיליע זיך געצויגן קיין מינסק, נאָכדעם ווי זיין פאָטער איז דאָרט באַשטימט געוואָרן פאַר רב. אין מינסק האָט ער געלערנט ביי די חכמי העיר, הויפּטזעכליך ביי ר׳ מענדעלע מינסקער (רבי מנחם מענדל פון פּאָלאָצק) אין זיין ישיבה, און איז באַקאַנט געוואָרן אלס אַן עילוי[1].
ביי די 15 יאָר האָט ער חתונה געהאַט מיט רביצין מירא גאָלדא, טאָכטער פון דעם נגיד ר׳ יוסף פון מינסק. ער איז געשטיצט געוואָרן פון זיין שווער ביז ער איז געווען 20 יאָר[2].
רבנות קאַריערע
קרעווא ביי די 20 יאָר (תקצ״ו) האָט ער אָנגענומען זיין ערשטע רבנות שטעלע אין קרעווא (Krėva), אַ קליינע קהילה נאָענט צו וואָלאָזשין אָדער ווילנע, פאַר אַ קנאַפּן לוין פון 2 רובל אַ וואָך. ווען ער איז דאָרט קראַנק געוואָרן אויף טיפוס, זענען געקומען אים באַזוכן צוויי פון די גרעסטע גדולי הדור, רבי איצעלע וואָלאָזשינער און רבי ליעבעלע קאָוונער[1].
קיידאַן אין יאָר תר״א איז ער אויפגענומען געוואָרן אלס רב אין קיידאַן. דאָרט האָט ער שאַרף געקעמפט קעגן די "כאַפּערס", וואָס האָבן געכאַפּט קליינע קינדער פון אָרעמע עלטערן פאַר דער רוסישער אַרמיי. אַ באַקאַנטער פאַל איז געווען אויף ראש השנה, ווען ער האָט געדראָט מיט חרם הגדול פון דער בימה, אויב מען וועט נישט צוריקגעבן די צוויי געכאַפּטע 14־יאָריגע קינדער פאַר אַ האַלבער שעה. דער סטראשע האָט געווירקט, און די קינדער זענען צוריקגעבראַכט געוואָרן, אָבער די רייכע און מיוחסים פון דער קהילה, וועלכע האָבן באַפרייט זייערע קינדער דורך די אָרעמע קינדער, זענען געוואָרן זיינע שונאים און רודפים, וואָס האָט אים געצוואונגען צו פאַרלאָזן קיידאַן[3].
טשעכאַנאָווצע דערנאָך איז ער אָנגעקומען פאַר אַ רב אין טשעכאַנאָווצע, פּוילן (אין יאָר תר״ז), וואו די גזירה פון כאַפּעניש איז נישט געווען. דאָרט האָט ער אויך געוויזן זיין שטאַרקייט און געפירט זיין רבנות מיט אַן אויבערהאַנט, שטייענדיג אויף דער זייט פון די אָרעמע, און געקעמפט קעגן די גבאים און ראשי הקהל, דערפאַר האָט ער זוכה געווען צו גרויס אַכטונג פון די אידישע המון אין טשעכאַנאָווצע, וואָס האָבן אים געזען נישט נאָר ווי אַ רב, נאָר ווי אַ שוץ־געבער און פאָטער פון יתומים און אַלמנות.
מעזריטש אין יאָר תר״ט איז ער געוואָרן רב אין מעזריטש, פּוילן[4]. דאָרט האָט ער געטראָפן אַ גרויסע מחלוקת צווישן מתנגדים און חסידים. זייענדיג אַ גרויסער מתנגד, האָט ער זיך געשטעלט אויף דער זייט פון די מתנגדים. די מחלוקת האָט זיך נאָך מער צעפלאַקערט, אַריינציענדיג די רעגירונג און מיט געוואַלדטאַטן. זיינע פּרואוון צו מאַכן שלום מיט רבי מענדל קאָצקער, דער רבי פון די מעזריטשער חסידים, זענען געווען אומזיסט[5].
ער האָט באַשלאָסן צו מחרים זיין אַלע וואָס האָבן אַ האַנט אין דער מחלוקת. דעם דאָנערשטיג ווען דער חרם איז אויסגערופן געוואָרן, האָט די גאַנצע קהילה פון מתנגדים געפאַסט, די שול איז געווען איינגעהילט אין שוואַרצן, און שוואַרצע ליכט האָבן געברענט. נאָכן בלאָזן שופר, איז דער גרויסער חרם אויסגערופן געוואָרן. דרייסיג טעג נאָכן חרם איז רבי מענדל קאָצקער פּלוצלונג נפטר געוואָרן, וואָס די מתנגדים האָבן געגלייבט איז געווען מחמת דעם חרם[6]. מעזריטש איז געווען די איינציגע שטאָט וואו מען האָט מחרים געווען דעם קאָצקער רבין, און דאָס איז געווען דער לעצטער חרם אויף חסידים[7]. דער קאָצקער הויף האָט זיך דערשראָקן און געשיקט פאָרשטייערס צו שליסן שלום[5]. דער ערשטער גערער רבי, ר׳ איטשע־מאיר אַלטער ("חידושי הרי״ם"), און דער וואַרשעווער רב ר׳ בעריש מייזל, האָבן זיך אַריינגעמישט צו מאַכן שלום, און האָבן באַשולדיגט ר׳ ליפּעלען אין פאַרשטאַרקן די מחלוקת. צוליב דער מחלוקת האָט ר׳ ליפּעלע געמוזט פאַרלאָזן מעזריטש[8].
ביאַליסטאָק אין יאָר תרי״ט איז ער אויפגענומען געוואָרן מיט גרויס כבוד אין ביאַליסטאָק, וועלכע איז געווען אָן אַ רב 9 יאָר. ער האָט געדינט דאָרט 20 יאָר ביז זיין פּטירה. ביאַליסטאָק איז דעמאָלט געווען אַ רייכע פאַבריק־שטאָט מיט אַן אַנטוויקלטן האַנדל. קיין זאַך איז נישט געטון געוואָרן אין דער קהילה אָן אים, און אַלע האָבן זיך געבויגן פאַר זיין אויטאָריטעט. מען האָט אים אָפּגעשאַצט פאַר זיין שאַרפן קאָפּ צו אַנאַליזירן פאַרוויקלטע ענינים און פאַר זיין גרויסער מאָראַלישער קראַפט. דאָרט האָט מען אים גערופן: ר׳ ליפּעלע[9].
אין ביאַליסטאָק האָט ער געפונען מער מעגליכקייט אויפצוקלייבן די נויטיגע 300 רובל צו באַפרייען אָרעמע יונגע־לייט פון סאָלדאַטן־דינסט לויט דעם דעמאָלטיגן נייעם רוסישן געזעץ. ער האָט געקעמפט קעגן די "סבאָרשטשיקעס" (כאַפּערס), וואָס האָבן געלויערט אויף אָרעמע יונגע־לייט צו דערפילן די צאָל סאָלדאַטן פון די רייכע קינדער[9].
אין יאָר תרל״ה האָבן די סבאָרשטשיקעס אים געמסרט פאַר דער מלוכה, אַז ער איז אַ פאַררעטער וואָס באַאיינפלוסט די אידישע יוגנט זיך אָפּצומיידן פון סאָלדאַטן־דינסט. אַן אויספאָרשונגס־קאָמיסיע, בראש פון דעם גראָדנער גובערנאַטאָר, איז אַראָפּגעקומען קיין ביאַליסטאָק. אַלע זיינע כתבים זענען פאַרחתמעט געוואָרן, און ער האָט געזאָלט איינגעזעצט ווערן אין גראָדנער תּפיסה. דורך גרויס השתדלות (הויפּטזעכליך פון דאָדיע זאַבלודאָווסקי) האָט ער באַקומען הויז־אַרעסט אין גראָדנע, און נאָך אַ האַלב יאָר איז ער אין גאַנצן באַפרייט געוואָרן דורך השתדלות אין פּעטערבורג[10].
אין זיין צייט האָט ער איינגעשטעלט אַ גרויסע כּשרע קיך אויפן וואָקזאַל צו געבן עסן פאַר די אידישע סאָלדאַטן וואָס זענען דורכגעפאָרן אויפן וועג קיין בריסק, בעתן רוסיש־טערקישן קריג. ער איז געווען אַ גרויסער קעגנער פון השכּלה. ווען די ערשטע בעלי־בתישע אידישע קינדער האָבן אָנגעהויבן צו לערנען אין דער רעגירונג־רעאַל־שולע, האָט ער קעגן דעם געדרשנט אין שול, וויינענדיג, אַז ער זעט דערין אַן אָנהייב פון אַסימילאַציע און שמד[11]. זיינע הארציגע ווערטער האָבן געווירקט און די לערנערס האָבן צוריקגעצויגן זייערע אַפּליקאַציעס[2]. פון דער אַנדערער זייט, איז ער געווען דער ערשטער רב אין ביאַליסטאָק, וואָס האָט מסדר קידושין געווען אין בית־מדרש אויף דער בימה. אָבער קעגן דער גרינדונג פון דער כאָר־שול איז ער שטאַרק אַרויסגעטראָטן[11]. ווען ער האָט געפרעגט לייבל גרונטשעס (לעאָן זאַבלודאָווסקי), איינער פון די גרינדער פון דער כאָר־שול, צו וואָס מען דאַרף אַזאַ שול, האָט יענער געענטפערט, אַז אַזוי ווי מיט עסן — אַזוי איז מיט דאַוונען: פאַר אינטעליגענטן וואָס האָבן פאַרלוירן דעם אַפּעטיט צום דאַוונען "אין רויען צושטאַנד", מוז מען "צופּראַווען" דאָס דאַוונען עס זאָל זיין אָנגענעמער[12].
ער האָט נישט מסכים געווען צו אַ נייער תּקנה פון אַ "קאָמיטעט" צו צענטראַליזירן צדקה, טענהנדיג אַז צדקה ביי אידן האָט צוויי צוועקן: פאַרן מקבל, ער זאָל נישט הונגערן, און פאַרן נותן, צו אַנטוויקלען אין אים די מדה פון רחמנות, וואָס קען נאָר דערגרייכט ווערן דורך דירעקטע הילף, נישט דורך אַ קאָמיטעט. דער ערשטער "קאָמיטעט" האָט עקזיסטירט נאָר פיר יאָר, מעגליך צוליב זיין התנגדות[13].
פּטירה און קבורה
ר׳ רפאל יום־טוב ליפּמאַן איז נפטר געוואָרן ו׳ שבט תרל״ט. מען האָט אים מקבר געווען אין דעם אַלטן בית־עולם פון דער שטאָט צווישן די צוויי פריערדיגע רבנים, רבי אליקום געצל און רבי קלונימוס היין פון אָרלע. אַ לעגענדע דערציילט אז די קהילה האָט געוואָלט אים באַגראָבן דארט וואו די גרויסע רבנים זענען געלעגן, אָבער עס איז נישט געווען קיין פּלאַץ לויט דער מאַפּע. דאָך איז די לויה געגאַנגען צום חלקה פון די רבנים, און דורך אַ נס האָבן זייערע קברים זיך אָפּגערוקט צו מאַכן אָרט פאַר אים[14].
דער נוסח פון זיין מצבה אויפן אַלטן בית־עולם אין ביאַליסטאָק איז אַזוי[11]:
- אדמו״ר רבן של כל ישראל פּאר הדור ותפארתו איש חי רב פּעלים לאור תורתו רבים הלכו, יראתו קודמת לחכמתו ורבים השיב מעון בחכמתו ובצדקתו מאיר עיני חכמים בהלכה, טהור וקדוש וחסיד ועניו פּעל ועשה הרבה חדושים באורייתא טובים ונכונים בישראל גדול שמו לזכר עולם יהיה צדיק, פּה מפּיק נחמדות הגאון האמתי המאור הגדול נר ישראל פּוע״ה משנתו זך ונקי מורנו ורבנו כקש״ת מוהר״ר רפאל יו״ט ליפּמאַן זצ״ל אב״ד דפּה ק״ק ביאליסטאָק בהרב הגאון מו״ה ישראל היילפּערן זצ״ל נפטר ביום ה׳, ו׳ שבט שנת תרל״ט לפ״ק.
דער אהל וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן אויף זיין קבר און דער גאַנצער בית־עולם זענען חרוב געוואָרן אין דער שואה.
חיבורים
רבי רפאל יום־טוב ליפּמאַן היילפּערין האָט פאַרפאַסט צוויי באַרימטע ווערק, ביידע מיטן נאָמען "עונג יום־טוב":
- שו״ת עונג יום־טוב: דאָס איז זיין באַרימטער ספר שאלות ותשובות אויף די פיר חלקים פון שלחן ערוך. די ערשטע אויסגאבע איז אַרויסגעגעבן געווארן דורך זיין זון, רבי חיים נפתלי הערץ היילפּערין, אין ווילנע אין יאָר תר״ם אין צוויי חלקים. עס איז שפּעטער אויך אַרויסגעגעבן געוואָרן אין בילגאָריי אין יאָר תרצ״א.
- עונג יום־טוב (דרושים): אַ ווערק פון דרשות, וועלכער איז אַרויס אין פּעטערקאָוו אין יאָר תרס״ו. עס איז אויך ארויסגעגעבן געוואָרן דורך זיין זון.
זיין שו"ת ספר איז שטאַרק אָנגענומען אין דער גאַנצער לומדישער וועלט. דער "אבני נזר" האָט באַמערקט וועגן איינעם פון די חידושים אין זײן ספר, אַז "נאָר דער וואָס האָט קיין מאָל נישט געשמעקט קיין חטא קען שרײבן אַזעלכע אמת'דיגע חידושים"[2].
ר׳ ליפּעלע האָט אויך אונטערגעשריבן הסכמות אויף אַנדערע ספרים, ווי "אבן משה"[15], "אהל יעקב" פון דובנער מגיד[16], און אוצר הכבוד פון רבי טודרוס אבולעפיא[17]. ער איז אויך באַקאַנט מיט זיין שאַרפער התנגדות צו די ספרים "סדרי טהרות" פון רבי גרשון חנוך העניך ליינער פון ראדזין, און "דקדוקי סופרים" פון רבי רפאל נתן נטע ראַבינאָוויץ[18].
משפּחה
- פאָטער: רבי ישראל היילפּערין, רב אין ראָזשינאָי און שפּעטער אין מינסק.
- מוטער: טאָכטער פון רבי טוביה פון ראָזשינאָי.
- זון: רבי חיים נפתלי הערץ היילפּערין, ראב״ד אין ביאַליסטאָק.
- טאָכטער: שרה עלקא, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט רבי אַריה לייב ליפּקין האָראָוויץ, דער רב פון רעזין, מחבר פון "חיי אריה", און זון פון רבי ישראל ליפּקין פון סאַלאַנט.
ר׳ ליפּעלע איז געווען אַן אייניקל פון רבי יחיאל היילפּערין, דער מחבר פון "סדר הדורות"[19].
אַנעקדאָטן און לעגענדעס
אויסער די לעגענדע פון די אָפּגערוקטע קברים ביי זיין לויה, זענען ארומגעגאנגען נאך פיל לעגענדעס וועגן ר׳ ליפּעלע'ס חכמה און צדקות.
- דער זאַמדפירער: אַמאָל האָט ר׳ ליפּעלע געזען אַ אידישן זאַמדפירער פאָרן פאַר זיין פענצטער, און האָט אים געהייסן אַריינרופן און אים אויפגעהאַלטן אַ לאַנגע שעה. נאָכדעם ווי ער האָט אים אָפּגעלאָזט, האָט דער זאַמדפירער געפונען אַז דער זאַמדבאַרג אונטער דער שטאָט וואו ער האָט געארבעט איז אַראָפּגעפאַלן, און ווען ער וואָלט פריער געקומען, וואָלט ער געוויס פאַרשאטן געוואָרן[20].
- זײן אָרעמקייט: זיין רביצין האָט אים אַמאָל געפרעגט פאַרוואָס זיי זענען אַזוי אָרעם. ער האָט געענטפערט: "ווייל איך קלייב געלט". ווען זי האָט זיך געוואונדערט ווי אַזוי מען קען זיין אָרעם בשעת מען קלייבט געלט, האָט ער געענטפערט: "דו פאַרשטייסט נישט, איך קלייב געלט, ווי דו קלייבסט אַרבעס; נישט אַלע געלט זענען אָבער כּשר, דעריבער האָב איך נישט"[20].
- דין־תורה וועגן אַ לײלעך: צוויי ווייבער האָבן זיך געקריגט וועגן אַ ליילעך וואָס איז אַריינגעפאַלן אין טייך. ר׳ ליפּעלע האָט זיי געהייסן לאָזן ביי אים דעם ליילעך איבערנאַכט אויסצוטריקענען. דערווייל האָט ער אויך איינגענעצט זיין אייגענעם ליילעך און אויסגעטריקנט. צומאָרגן האָט ער זיי געוויזן זיין ליילעך. איינע האָט זיך געהאַלטן ביי אירס אַז דאָס איז אירס, אָבער די אַנדערע האָט מודה געווען אַז זי האָט געהאַט אַ טעות און דער ליילעך איז נישט אירער. דעמאָלט האָט ער געבראַכט דעם אמתן ליילעך, וועלכער איז באַלד דערקענט געוואָרן דורך דער צווייטער ווי אירער, און ער האָט איר עס אָפּגעגעבן, זאָגנדיג דער ערשטער פרוי: "איצט דאַרפט איר האָבן מיט מיר אַ דין־תורה, ווייל דער ליילעך איז מיינער"[20].
- די מחלוקת וועגן די גענז: אין ביאליסטאק איז דער עלטסטער דיין רבי לייב כּהן, געווען א גרויסער מחמיר און האט געהאט מחלוקתן מיט ר' ליפּעלען וועגן שאלות, וואס ער האט נישט מסכים געווען מיט זיינע היתרים. עד כדי כך איז געגאנגען די שנאה פון ר' לייב מיט א טייל שטאָט לומדים וועלכע האבן געהאלטן מיט אים, אז מען האָט חושד געווען, אַז זיין צד האָט געהאַט אַ האַנט אין דער מסירה אויף רבי ליפּעלען, און פיל האָבן געגלייבט, אַז דער פּלוצלינגער טויט פון רבי לייב כּהן'ס זון, וואָס איז געשטאָרבן נאָך דער מסירה, איז געווען אַ שטראָף פאַר דעם[21].
- לערנען מיט אַ פּשוטן איד: אַמאָל איז ר׳ רפאל יום־טוב געווען פאַרנומען מיט אַ שווערן סוגיא און האָט נישט געקענט געפינען אַן ענטפער. ער האָט אריינגערופן אַ דורכגייער, א פשוט'ן ביאַליסטאָקער שטאָט־מענטש און אים געבעטן צו לערנען מיט אים די שווערע סוגיא. ווי נאָר זיי האָבן געלערנט צוזאַמען, איז די גאַנצע סוגיא געוואָרן קלאָר[2].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 פּנקס ביאַליסטאָק, 166.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 HaRav Refoel Yom Tov Lipman Heilpern, Dei'ah veDibur, 2 Shvat 5772.
- ↑ בערל כהן, יידישע שטעט, שטעטלעך און דארפישע ישובים אין ליטע ביז 1918, ניו יארק, תשנ"א, עמ' 476–477.
- ↑ יהדות ליטא ג, 44.
- ↑ 5.0 5.1 פּנקס ביאַליסטאָק, 167.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 167–168.
- ↑ די יידן-שטאט מעזריטש : פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה (עדלבוים, מאיר): 178.
- ↑ די יידן-שטאט מעזריטש : פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה (עדלבוים, מאיר): 178–180.
- ↑ 9.0 9.1 פּנקס ביאַליסטאָק, 168.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 168–169, 238.
- ↑ 11.0 11.1 11.2 פּנקס ביאַליסטאָק, 169.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 229.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 322–323.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 169–170.
- ↑ ר' אליעזר פערלמוטר, אבן משה, ווארשא, תרי"ט.
- ↑ רבי קראנץ (המגיד מדובנא), אהל יעקב במדבר, זאלקווא, תרכ"א.
- ↑ רבי טודרוס אבולעפיא, אוצר הכבוד, ווארשא, תרל"ט.
- ↑ ראו על כך, מכתבם של רבי יוסף ב"ר רפאל ורבי בצלאל הכהן מווילנה, בתוך: ראובן דוב דסלר (עורך), שנות דור ודור, ח"א, ירושלים תש"ס, פרק ה', עמ' מט–נג.
- ↑ די יידן-שטאט מעזריטש : פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה (עדלבוים, מאיר)
- ↑ 20.0 20.1 20.2 פּנקס ביאַליסטאָק, 170.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 185–186.