רוי:רבי צבי הירש ראזנבוים

ווערסיע פון 11:05, 8 סעפטעמבער 2025 דורך מיכא בוסו (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏קינדער: הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
דער קרעטשניפער רבי שפילט אויף א פידל

רבי צבי הירש ראזענבוים (ה'תר"פ - ט"ז אייר ה'תשס"ו), באקאנט אלץ רבי הערשעלע קרעטשניפער, איז געווען דער קרעטשניפער רבי פון ירושלים.

אפשטאם און יוגנט

רבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"פ אין רומעניע, צו זיין מוטער מרת רייצא, טאכטער פון רבי צבי הירש ריינמאן, דער רב פון קרעטשניף, און צו זיין פאטער רבי ניסן חיים ראזנבוים אב"ד בראדשין, זון פון רבי אליעזר זאב ראזנבוים פון קרעטשניף, זון פון רבי מאיר ראזנבוים פון קרעטשניף, וועלכער איז געווען א זון פון רבי מרדכי'לע נאדווערנער.

אלס בחור האט ער זיך זייער אסאך געדרייט ביי זיין זיידן רבי לייזער וואלף, און פון אים האט ער קונה געווען זיין חסידישע דרך.

איידער דער צווייטער וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז ער א חתן געווארן מיט מרת שפרה, די טאכטער פון זיין פעטער רבי חיים מרדכי ראזנבוים פון נאדווארנא, אבער די חתונה איז פארגעקומען נאר נאכדעם וואס די מלחמה האט זיך געענדיגט.

ביי די מלחמה איז רבי הערשעלע געווען אינאיינעם מיט רבי מיכעלע נתניה. ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז די איינציגסטע זאך וואס האט אים געפעלט ביי דער מלחמה איז א בית מדרש וואס דאוונט אויפן זיידנ'ס נוסח.

רבנות

נאך די מלחמה איז ער געגאנגען לערנען אין די ישיבה ביי רבי יוסף צבי דושינסקי, ער האט שוין אנגעהויבן פראווענען פאר די חתונה, ער האט קודם געוואוינט אין כפר אתא און דערנאך אין יאר תשמ"ב איז ער געגאנגען וואוינען קיין ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש אויף דער אבינועם ילין גאס. ער פלעגט גאר שטארק זיך קאכן אין קדושת שבת, ער פלעגט פירן גאר לאנגע שבת טישן, און געטאנצט א לאנגע צייט ביים טיש. ער האט געהאט גרויסע ענינים ביים עסן די קוגל. ער פלעגט דאווענען לאנג און מיט א ברען. יעדע זאך אין אידישקייט איז געווען ביי אים א גרויסער עסק, ווי למשל זיין הדלקת נרות חנוכה, אדער זיין ספירה ציילן, מגילה ליינען, וכדומה. ער פלעגט פארלערנען תניא, יעדן טאג פארן דאווענען, און ער איז געווען זייער מקושר צום בעל התניא, און ער פלעגט אים רופן דער הייליגער רבי דער בעל התניא.

ער איז געווען זייער נאנט מיט רבי אהר'לע בעלזער, וועלכער איז צוויי מאל איינגעשטאנען ביי אים. אויך האט ער זיך געהאלטן נאנט מיט דער ליובאוויטשער רבי, און אין דער זעלבער צייט איז ער אויך געווען נאנט מיט דער סאטמארע רבי, און ער האט נישט געזען קיין סתירה אין דעם.

ער האט שטארק אידיאלאגיש געקעמפט קעגן די ציונים און קעגן דער אגודת ישראל באוועגונג. ער האט נישט אנטייל גענומען אין די בחירות, און ווען די ציונים האבן באפרייט דעם כותל המערבי האט ער גע'אסר'ט פאר זיינע חסידים גיין אהין.

ממשנתו

ער איז באקאנט מיט זיינע חסידישע ווערטער און אויסדרוקן. צום ביישפיל:

  • אין מצרים האבן זיך די אידן צוזאמענגענומען יעדן שבת און זיך מחזק געווען, און געגעסן קוגל. אבער וועלכע קוגל האבן זיי געגעסן? לאקשן קוגל קען דאך נישט זיין, ווייל לאקשן קוגל איז "מסיני" כידוע, און מ'האלט נאך פאר מתן תורה. אלא מאי, האבן זיי געגעסן קארטאפל קוגל. דערפאר טאקע עסן מיר פסח קארטאפל קוגל, זכר ליציאת מצרים.

הסתלקות

נאך פורים תשס"ו האט זיך זיין געזונט מצב שטארק פארערגערט און ער האט גערופן זיין זון רבי זיידל זאל קומען פון אמעריקא, און מוצאי שבת פרשת אמור ט"ז אייר ה'תשס"ו איז ער נפטר געווארן. און חסידים פון דעם רבי’ן און חרדישע אידן איבער דער גארער וועלט האבן באוויינט די אבידה פון איינעם פון די עלטסטע רבנים פון דער שארית הפליטה.

קינדער

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 62-64.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!