אברהם יעקב טערקלטויב

חסידישער אמעריקאנער זשורנאליסט און הומאריסט

אברהם יעקב טערקלטויב (געבוירן תשמ"ז), מער באקאנט אונטער זיין פען-נאמען דזשעיק טורקס (Jake Turx), איז א חסידישער אמעריקאנער זשורנאליסט און הומאָריסט. ער איז געווען דער ווייסע הויז קאָרעספּאָנדענט און הויפט פּאליטישער קארעספאנדענט פאר "עמי מאגאזין" און היינט איז ער דער ווייסע הויז קארעספאנדענט פאר "משפחה מאגאזין". ער האט אויך א וועכנטליכער שמועס אויף קול מבשר.

אברהם יעקב טערקלטויב
טערקלטויב אין וואשינגטאן אין 2013
טערקלטויב אין וואשינגטאן אין 2013
געבורט ברוקלין
פעילות בולטת ווייסע הויז קארעספאנדענט
עיסוק זשורנאליסט

טורקס איז דער ערשטער חסידישער איד וואס איז געווארן א מיטגליד פונעם ווייסע הויז פרעסע קאָרפּוס. ער האט באקומען אינטערנאציאנאלע מידיע דעקונג אין פעברואר 2017, נאכדעם וואס ער האט געשטעלט א פראגע וועגן אנטיסעמיטיזם צו פרעזידענט דאנאלד טראמפ ביי א פּרעסע קאנפערענץ.

יוגנט און בילדונג

אברהם יעקב טערקלטויב איז געבוירן אין בארא פארק אלס דער עלטסטער פון עלף קינדער[1]. אלס קינד האט ער געלערנט אין תלמוד תורה בני ציון פון באבוב. זיין פאמיליע האט זיך דאן אריבערגעצויגן קיין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, וואו ער האט געלערנט אין ישיבת רב איזאקסאן און אין 'המתיבתא' פון לאס אנדזשעלעס. פון דארט איז ער געגאנגען צו די טעלזער ישיבה אין שיקאגא[2].

טורקס איז אויפגעוואקסן רעדנדיג בלויז אידיש אין שטוב, און האט געלערנט צו לייענען ענגליש אין א יונגן עלטער, געאייגנט דורך זיין מוטער, וואס איז געווען א ביבליאטעקערין. אין עלטער פון 14 יאר האט ער באוואוסטזיניג באשלאסן צו טוישן פון טראכטן אין אידיש צו טראכטן אין ענגליש, אן אריבערגאנג וואס האט אים גענומען עטליכע חדשים[3]. טורקס שילדערט זיך אלס איינער וואס איז "שטארק נייגעריג" און וואס האט "אלעמאל געהאט א נאטירליכע נייגונג צו פרעגן דאס וואס מען טאר נישט פרעגן", וואס ער זעט אלס א געזונטע רעבעליע קעגן דעם סיסטעם[4].

טורקס האט אומפארמעל שטודירט זשורנאליזם אין קאלומביע אוניווערזיטעט גראדואנט שולע אין ניו יארק, אונטער פּראפעסאר ארי גאלדמאן, א קאלומניסט פון דער ניו יארק טיימס[5].

פריע קאריערע

טורקס האט געדינט אלס מדריך אין קעמפ, און דערנאך אלס ראש המדריכים, אין קעמפ מחנה יהודה/ישיבת הקיץ. ער איז געווען א מלמד און לערער אין ישיבת רב איזאקסאן[2], א טיטשער אין די לעיקוואד חדר פון תשס"ח ביז תשע"ז, און איז דער פראגראם דירעקטאר אין קעמפ חברה[6][5]. זיין ערשטע שרייב ארבעט איז געווען א קעמפ נייעסלעטער פאר "קעמפ בנים", וואו ער האט געמאכט וויצן אויף מענטשן[4]. ער איז דער סי-אי-או פון "TurxWurx" סטודיא[1].

זשורנאליזם

 
טערקלטויב (לינקס) ביי א פרעסע קאנפערענץ אין 2017

טורקס האט אנגעהויבן שרייבן פאר 'עמי' מאגאזין אין פעברואר 2011. אין אנהייב האט ער געשריבן הומאר קאלומס און פיטשערס. אלס דער מאגאזינ'ס פאליטישער קארעספאנדענט האט ער דורכגעפירט אינטערוויוען מיט אמעריקאנער סענאטארן, גובערנאטארן, קאנגרעסלייט און פרעזידענט קאנדידאטן. ער האט אינטערוויואירט אלע פּרעזידענט קאנדידאטן אין די 2012 פּריימעריס[7][8], און מער ווי העלפט פון די 2016 קאנדידאטן. ער האט אויך געשריבן א רעגולערע סאטירע קאלום, אין צוגאב צו פאליטישע קאמענטארן און אנאליזן. טורקס מערקט אָן אז זשורנאליזם איז נישט עפעס וואס ער האט געזוכט, אָבער עס איז אים געווען אַ וועג זיך צו מאַכן נוצליך. זיין ערשטע גרויסע פאליטישע אינטערוויו איז געווען מיט ניוט גינגריטש[1].

מיט'ן אנהייב פון דאנאלד טראמפ'ס ערשטע פּרעזידענטשאפט אין 2017, איז טורקס געווארן א מיטגליד פונעם ווייסן הויז פּרעסע קאָרפּוס, דינענדיג אלס דער ווייסן הויז קארעספאנדענט פאר 'עמי'[9][10], דער ערשטער חסידישער איד אין דעם פאזיציע. טורקס האט אנגעוויזן אז צו באקומען פרעסע סטאטוסן אין ווייסן הויז איז א קאמפליצירטער און לאנגווייליגער פראצעדור, וואס קען נעמען ביז צוויי יאר, און פארלאנגט פון א רעפארטער צו וואוינען אין וואשינגטאן די-סי, מערילענד אדער ווירדזשיניע[4].

טורקס איז אויף דעם באורד פון מארקעטינג פון The Voice of Lakewood און א רעגולערער ביישטייערער צום Zman[11]. ער האט אויך א פראגראם אויף 'קול מבשר', אינאיינעם מיט ר' הענדל ברייער. אין 2021 האט טורקס באקומען דעם טיטל 'פאליטישער ביישטייערער' ביי ניוזמעקס, ווערנדיג דער ערשטער חסידישער מענטש צו האלטן אזא הויך-פראפיל פאזיציע ביי א פּראָמינענטן אמעריקאנער נייעס קאנאל[12][13].

אין דעצעמבער 2024 האט ער פארלאזט "עמי מאגאזין"[14] און זיך אנגעשלאסן אין "משפחה מאגאזין" אלס זייער הויפט ווייסע הויז קארעספאנדענט[15][16]. שלמה זייאנץ האט איבערגענומען זיין ראלע ביי "עמי"[17][18].

אינצידענט ביי טראמפ'ס פרעסע קאנפערענס

 
טורקס (פאָרגרונד), אויפן דעקל פון 'עמי', ביי פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע פרעסע קאנפערענץ

אום פעברואר 16, 2017, ביי טראמפ'ס ערשטע אייגענע פרעסע קאנפערענץ אלס פּרעזידענט, האט טורקס געפרעגט וועגן די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט אנגעהויבן זיין פראגע מיט א דערקלערונג, אז ער גלייבט נישט אז טראמפ אדער זיין שטאב זענען אנטיסעמיטן, און האט אנגעוויזן אויף טראמפ'ס פאמיליע פארבינדונגען צו אידן, באמערקנדיג אז טראמפ איז דער "זיידע" פון דריי אידישע אייניקלעך. טראמפ האט אים אבער איבערגעהאקט, אויסגעטייטשט די פראגע אלס א פּערזענליכע אטאקע, און אפגעווארפן די באשולדיגונגען פון אנטיסעמיטיזם. ווען טראמפ האט געענטפערט די פראגע, רופנדיג טורקס א ליגנער און הייסנדיג אים זיך צו זעצן, האט טורקס פרובירט אריינצורעדן, וואס האט געברענגט טראמפ אים צו פארשווייגן[19][10]. דער אינצידענט האט געהאט גרויסע דעקונג אין די אינטערנאציאנאלע מעדיע. עטליכע אידישע ארגאניזאציעס, אריינגערעכנט דער ADL און דעיוויד העריס, דער הויפט עקזעקוטיוו פון דער אמעריקאנער אידישער קאמיטע, האבן קריטיקירט טראמפ'ס באהאנדלונג פון דעם אינצידענט[10].

נאכן אינצידענט איז טורקס ערשינען אויף עטליכע נאציאנאלע נייעס פראגראמען, אריינגערעכנט Tucker Carlson Tonight[20] און Anderson Cooper 360[21], וואו ער האט געזאגט אז זיין איינדרוק איז אז דער פרעזידענט האט שלעכט פארשטאנען זיין פראגע[22]. טורקס האט געטוויטערט, "דאס איז שטארק צום באדויערן און איך גיי זוכן עס אויסצוקלארן"[23]. ער איז אויך ערשינען אויף אל דזשאזירא[24], די יונגע טערקן[25], סי-ען-ען ניוזרום מיט ברוק באלדוויןCNN.com - Transcripts, i24news[26], ען-פי-אר'ס "A1" פראגראם[27], און סקיי ניוז[28].

באציאונג מיט אזערביידזשאן

טורקס האט פאזיטיוו געשריבן איבער די רעפובליק פון אזערביידזשאן און דעם אויפשטייג פון היידאר אלייעוו, פאטער פון יעצטיגן פרעזידענט אילהאם אלייעוו[29]. אין 2023, אינמיטן דער בלאקאדע פון דער רעפובליק פון ארצאך, איז טורקס געווען איינער פון די פרעמדע זשורנאליסטן וואס האבן געפארן קיין נאגארנא-קאראבאך, און ער האט באריכטעט נישט צו זען קיין בלאקאדע, און אז קארס האבן געקענט דורכגיין אומגעשטערט[30]. זיינע באהויפטונגען האבן דערנאך געצויגן קריטיק, מיט באשולדיגונגען אז זיין רייזע איז באצאלט און אראנזשירט געווארן דורך דער רעגירונג פון אזערביידזשאן[31].

פערזענליכע לעבן

טורקס וואוינט אין וואשינגטאן די-סי במשך די וואך און זיין פאמיליע וואוינט אין טאמס ריווער, ניו דזשערזי[1]. ער רעדט דריי שפראכן: ענגליש, אידיש, און העברעאיש. טורקס איז א קלאר אויסערליך פרום איד, מיט לאנגע פאות, א בארד, א קאפל און טראגט א חסידישן מלבוש, אריינגערעכנט א שטריימל אויף שבת און ביי וויכטיגע געשעענישן[32]. אין 2016 האט ער פארלוירן א זון, וועלכער איז געבוירן געווארן אום אפריל 15, 2016, דעם זעלבן טאג וואס טראמפ האט זיך געטראפן מיט ארטאדאקסישע רעפּאָרטערס[1].

אין 2018, פאר "נעם אונזערע טעכטער און זין צו די ארבעט טאג", האט טורקס גענומען צוויי פון זיינע קינדער צום ווייסן הויז אנטיילצונעמען אין א "פרעסע קאנפערענץ" וואס איז ארגאניזירט געווארן פאר די קינדער פון די ווייסן הויז קארעספאנדענטן. זיין זון, אנגעטון א "מאגא" היטל, האט געשטעלט פאר פרעסע סעקרעטארשע שרה האקעבי סענדערס אַן אייגענע פראגע[33][34]

ספר עובדיה

זינט דער שמחת תורה טעראר אטאקע האט טורקס זיך שטארק פארנומען מיט דעם ספר עובדיה, דער קורצסטער ספר אין תנ"ך, זאגנדיג אז ער זעט די 2,800 יעריגע נבואה אלס א דירעקטע פּארעלעל צו די געשעענישן פון אקטאבער 7. ער לערנט עובדיה מיט'ן פירוש פון דער בני יששכר, כלי הרואים, וועלכער ער זאגט טיישט אויס די נבואה אויף היינטיגע צייטן גאר טרעפליך. ער זעט די נבואה ווי א הימלישער סקריפּט פאר די היינטיגע געשעענישן, וואס ברענגט אים קלארקייט און פארמינערט די פחד. ער איז ערשינען אויף עטליכע פּאדקעסטס צו דיסוקסירן די טעמע[35][36][37].

די יסודות'דיגע טעמע פון עובדיה'ס נבואה איז דער צוזאמפאל פון אדום, וואס טורקס, נאכפאלגנדיג די פירוש פון בני יששכר, פארשטייט אלס די מערב וועלט און די פאראייניגטע שטאטן בפרט. ער צייגט אן אויף דעם פארשווינדן פון קלוגע פירערשאפט אין די מערב לענדער און דער סוף פון חכמה דיסעמינירונג פון אקאדעמישע אינסטיטוציעס. טורקס באמערקט, אז די נבואה שילדערט ווי אייראפעאישע פעלקער וועלן פארלירן זייערע נאציאנאלע אידענטיטעטן צוליב אסימילאציע און מאסן-אימיגראציע, וואס איז א שטראף מדה כנגד מדה פאר זייער היסטארישער באהאנדלונג פון אידן.

דער תרגום יונתן וואס טייטשט "חֲמַס"[38] אלס "חטוף", דער העברעאישער ווארט פאר א מענטשליכער משכון, האט אים איבערצייגט אז עובדיה באשרייבט די אקטן פון שמחת תורה. די מערב וועלט ווערט באשולדיגט אין דעם אינצידענט, צוליב איר פינאנציעלע שטיצע צו אונרא און איראן, וואס האבן פינאנצירט כאַמאַס. די נבואה באשרייבט א קאנפליקט צווישן א מערבדיגע קאאליציע (וואס טורקס שפעקולירט איז די יו-ען) און די כוטיס פון תימן. אין דעם קאנפליקט וועלן די מערב'דיגע כוחות אַנטלויפן אין פּאניק, וואס וועט פירן צו גרויסע דערנידערונג פארן מערב.

די נבואה זאגט פאר אז די זיכערסטע פּלאץ אין דער וועלט וועט זיין ארץ ישראל, בפרט ירושלים (הר ציון), פאַר סיי אידן און סיי נישט-אידן וואס זוכן א שוץ. טורקס לייגט ארויס דעם געדאנק פון אידישער אחדות, וואו רעליגיעזע און נישט-רעליגיעזע אידן וועלן זיך פאראייניגן, מיט יעקב (וואס לערנט תורה) און יוסף (וואס שיצט) ארבעטנדיג צוזאמען. ער גלייבט, אז די יו-ען וועט גע'משפט ווערן פאר איר באהאנדלונג פון אידן.

ער דערמאנט אויך פינף טעריטאריעס פון תנ"כישן ארץ ישראל וואס זענען היינט אונטער אראבישער קאנטראל און וועלן צוריקקערן צו אידישער אייגנטום, ווי אויך אידן וואס וועלן צוריקקומען פון גלות פון "צרפת" (פראנקרייך) און "ספרד" (שפאניע).

ווערק

  • Turx (2017). Stop, Drop, & LOL: How To Safely Roll From Laughter From the Comfort Of Your Own Straitjacket. Menucha Publishers. ISBN 9781614653479

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 "VIDEO: The Story of Jake Turx – From Borough Park to the White House | Meaningful People". The Lakewood Scoop (in American English). 2022-03-30. Retrieved 2025-02-04.
  2. 2.0 2.1 "Avrohom Yaakov Terkeltaub Becomes Newsmax Contributor". Matzav.com. 24 November 2021. Retrieved 25 November 2021.
  3.   The Unlikely Path of America's First Hasidic Press Reporter, video on None of your Business Podcast channel on YouTube.
  4. 4.0 4.1 4.2   #150: Behind the Bima - Eylon Levy & Jake Turx, video on Rabbi Efrem Goldberg channel on YouTube.
  5. 5.0 5.1 "Jake Turx | LinkedIn". Archived from the original on 2015-07-20. Retrieved 2017-02-21.
  6. "VIDEO & PHOTOS: Resident Comes Downstairs to Find Stranger Sitting on his Kitchen Table; Offers him to Eat » The heartbeat of the lakewood community". The Lakewood Scoop. 2015-11-05. Retrieved 2017-02-23.
  7. "Ami Magazine". Ami Magazine. 2012-02-01. Archived from the original on 2014-01-11. Retrieved 2017-02-23
  8. "Talking To Ron Paul". Ami Magazine. Archived from the original on 2016-03-05. Retrieved 2017-02-23
  9. "Jake Turx: The Newcomer"
  10. 10.0 10.1 10.2 Goodstein, Laurie (February 17, 2017). "A Jewish Reporter Got to Ask Trump a Question. It Didn't Go Well". The New York Times. Archived from the original on 2017-02-19. Retrieved 2017-02-19
  11. "Hunting The Ace Of Spades" (PDF). Zman Magazine. Retrieved 2024-07-14
  12. "Chasidic Reporter Jake Turx Named Political Contributor at Newsmax". The Yeshiva World. 24 November 2021. Retrieved 25 November 2021
  13. "Jake Turx Named Political Contributor at Newsmax, First Hassidic Jew to Hold Such a Position". 5 Towns Central. 24 November 2021. Retrieved 24 November 2021
  14. Kiddush Club - The Podcast (2025-01-08). Episode 166 - NYC Woes With Jake Turx and Awkward Bachur (Podcast). Retrieved 2025-01-15 – via YouTube
  15. Kol Haolam [@KolHaolam]. "Jake Turx joins Mishpacha Magazine after parting ways with Ami just days ago" (Tweet). Retrieved 2025-01-07 – via Twitter
  16. "Historic Moment: Two Hasidic Reporters at First Trump Administration Press Briefing". 5 Towns Central (in American English). 2025-01-29. Retrieved 2025-02-10
  17. "Daily Kickoff: The GOP gang that could block pro-Israel legislation". Jewish Insider (in American English). 2025-01-07. Retrieved 2025-01-15
  18. "Passing Torch: Ami Magazine Names Shloime Zionce to Replace Turx in White House". VIN News. 31 December 2024. Retrieved 3 January 2025
  19. Helen Chernikoff (2017-02-16). "Trump Lashes Out At Ultra-Orthodox Reporter After Softball Question About Anti-Semitism - National –". Forward.com. Retrieved 2017-02-23
    After dressing-down, Jewish reporter defends Trump against anti-Semitism claims, The Times of Israel, ‏February 16, 2017
    "Ynetnews News - Haredi reporter, Trump talk past each other". Ynetnews. 16 February 2017. Retrieved 2017-02-23
    Katie Little (2017-02-17). "Trump: I am the least anti-Semitic, racist person you've ever seen". Cnbc.com. Retrieved 2017-02-23
    "After Trump exchange, reporter 'confident' admin will reach out to Jewish community". TheHill.com. 2017-02-18. Retrieved 2017-02-23
    "Trump dodges question about how his administration will combat anti-Semitism". CBS News. 2017-02-16. Retrieved 2017-02-23.
  20. "Tucker Carlson Tonight". Fox News. Retrieved 2017-02-23
  21. Vales, Leinz (2017-02-17). "Jewish reporter hopeful about Trump after clash over rise of anti-Semitism - CNNPolitics.com". Cnn.com. Retrieved 2017-02-23
  22. "'I Understand Why He's So Defensive': Jake Turx Comes to Trump's Defense". Mediaite. 2017-02-16. Retrieved 2017-02-23
  23. @JakeTurx. "President Trump clearly misunderstood..." (Tweet). Retrieved 2017-02-23 – via Twitter
  24. "Watch: Turx Appears on Al Jazeera at Trump Inauguration". Matzav.com. 2017-01-22. Retrieved 2017-02-23
  25. "The Young Turks - Cenk Uygur sits down with Jake Turx,..." Facebook. 2016-07-20. Retrieved 2017-02-23
  26. "DEBRIEF | White House Reporter Jake Trux: Anti-Semitism Upsets Trump". YouTube. 2017-02-17. Retrieved 2017-02-23
  27. "Religious Intolerance in the United States". 1A
  28. "Trump's condemnation of anti-Semitic threats a 'step in the right direction'". News.sky.com. Retrieved 2017-02-23
  29. "Arms Open To All // An Azerbaijani Ambassador Talks About His Country's Unshakable Bond With The Jewish People". Ami magazine. 2017-07-28. Retrieved 2023-03-08
  30. "Journalist from US: No blockade on Lachin road". Azerbaycan24. 2023-02-27. Retrieved 2023-03-08
  31. Vik van Brantegem (2023-03-02). "Ottantunesimo giorno del #ArtsakhBlockade. Un giorno la giustizia prevarrà e arriverà la verità storica, oltre le menzogne azere". Korazym.org (in איטאַליעניש)
  32. Jake Turx, The Shtreimel Steals the Show, Mishpacha Magazine, ‏April 29, 2025.
  33. Held, Amy (April 26, 2018). "Kids Of White House Reporters Take Over, And Trump Seems To Prefer It". National Public Radio
  34. Cruz, Araceli (April 27, 2018). "Sarah Huckabee Sanders Faced a 'Tough Crowd' in a Mock White House Press Briefing on Take Your Child to Work Day". Teen Vogue
  35.   A Message from Hashem to You with Jake Turx, video on TORCH channel on YouTube
  36.   The Jewish Prophecy Connecting America, Islam and 2025 REVEALED, video on Living Lchaim channel on YouTube
  37.   Latest Talks Podcast - Ep #55 | Bnei Yissaschar’s Rare Sefer | Ovadia’s Nevios | 15 Days of Darkness, video on Latest Talks channel on YouTube
  38. עובדיה א, י.