אברהם יעקב טערקלטויב
![]() | |
טערקלטויב (לינקס) ביי א פרעסע קאנפערענץ אין 2017 | |
געבורט | ברוקלין |
---|---|
וואוינארט | טאמס ריווער, וואשינגטאן די סי |
פעילות בולטת | ווייסע הויז קארעספאנדענט |
באשעפטיגונג | זשורנאליסט |
אברהם יעקב טערקלטויב (געבוירן 1987), איז א חסידישער אמעריקאנער זשורנאליסט און הומאריסט וואס שרייבט אונטער'ן פסעוודאנים "דזשעיק טורקס" (Jake Turx). ער איז דער ווייסע הויז קארעספּאנדענט, אמאל פאר "עמי" מאגאזין און יעצט פאר "משפחה". ער האט אויך א וועכנטליכער שמועס אויף קול מבשר.
אלס ערשטער חסידישער איד צו ווערן א מיטגליד פון די ווייסן הויז פרעסע קארפס, האט טורקס באקומען אינטערנאציאנאלע מידיע דעקונג אום פעברואר 16, 2017, נאכדעם וואס ער האט געשטעלט א פראגע איבער אנטיסעמיטיזם צו פרעזידענט דאנאלד טראמפ ביי א פרעסע קאנפערענץ.
יוגנט און בילדונג
אברהם יעקב טערקלטויב, געבוירן אין בארא פארק, איז דער עלטסטער פון עלף קינדער[1]. אלס קינד האט ער געלערנט אין ישיבה בני ציון פון באבוב. אין א יונגן עלטער האבן זיך טורקס און זיין פאמיליע אריבערגעצויגן קיין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. דארט האט ער געלערנט אין חדר אין ישיבת רב איזאקסאן. אין די ישיבה יארן האט ער געלערנט אין 'המתיבתא' פון לאס אנדזשעלעס, און פון דארט איז ער געגאנגען צו די טעלזער ישיבה אין שיקאגא[2].
טורקס האט אומפארמעל שטודירט אין "קאלומביע אוניווערזיטעט גראדואנט שולע פון זשורנאליזם" אין ניו יארק, אונטער דעם ניו יארק טיימס קאלומניסט פּראפעסאר ארי גאלדמאן[3].
קאריערע
טורקס האט געדינט אלס מדריך אין קעמפ, און דערנאך אלס ראש המדריכים, אין קעמפ מחנה יהודה/ישיבת הקיץ. ער איז געווען א מלמד און לערער אין ישיבת רב איזאקסאן[2], א לערער אין די לעיקוואד חדר שולע פון תשס"ח ביז תשע"ז, און איז דער פראגראם דירעקטאר אין קעמפ חברה[4][3]. ער איז דער סי-אי-או פון "TurxWurx" סטודיא[1].
זשורנאליזם
טורקס האט אנגעהויבן שרייבן פאר 'עמי' אין פעברואר 2011. אלס דער מאגאזינ'ס פאליטישער קארעספאנדענט האט ער געהאט אינטערוויוען מיט אמעריקאנער סענאטארן, גאווערנארס, קאנגרעס דעפוטאטן און פרעזידענטליכע קאנדידאטן. טורקס האט זיך געטראפן און אינטערוויוט יעדן קאנדידאט פאר פרעזידענט אין די 2012 פּריימערי סעזאן[5][6], ווי אויך מער ווי האלב פון די קאנדידאטן פון די 2016 ציקל. ער האט געשריבן א רעגולערע סאטירע קאלום פאר 'עמי', אין צוגאב צו פאליטישע קאמענטארן און אנאליזן.
זינט דעם אנהייב פון דעם ערשטן פרעזידענטשאפט פון דאנאלד טראמפ אין 2017, איז טורקס געווען א מיטגליד פון די ווייסן הויז פּרעסע קארפּס[7][8]. ער האט אין אנהייב געדינט אלס דער ווייסן הויז קארעספאנדענט און וואשינגטאן ביורא הויפט פאר 'עמי'[3]. אין דעצעמבער 2024 האט ער פארלאזט 'עמי'[9] און זיך אנגעשלאסן צו 'משפחה' מאגאזין אלס זייער הויפט ווייסן הויז קארעספאנדענט[10][11]. שלומי זייאנץ האט אים איבערגענומען ביי 'עמי'[12][13].
טורקס איז אויף דעם באורד פון מארקעטינג פון The Voice of Lakewood און א רעגולערער ביישטייערער צום Zman, צוויי לאקאלע אויסגאבן[14]. ער האט אויך א פראגראם אויף 'קול מבשר', אינאיינעם מיט ר' הענדל ברייער. אין 2021 האט טורקס באקומען דעם טיטל 'פּאליטישער ביישטייערער' ביי ניוזמעקס, ווערנדיג דער ערשטער חסידישער מענטש צו האלטן אזא הויך-פראפיל פאזיציע ביי א באקאנטע אמעריקאנער נייעס קאנאל[15][16].
טראמפ פרעסע קאנפערענץ אינצידענט
פעברואר 16, 2017, ביי פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע אייגענע פרעסע קאנפערענץ, האט טורקס אנגעהויבן שטעלן א פראגע איבער די רעגירונג'ס רעאקציע צו אן אויפשטייג אין אנטיסעמיטיזם איבער'ן לאנד. טראמפ האט איבערגעהאקט אין טורקס אינמיטן זיין פראגע און רעאגירט נעגאטיוו, רופנדיג טורקס א ליגנער און הייסנדיג אים זיך צו זעצן. ווען טראמפ האט געענטפערט די פראגע האט טורקס פרובירט אריינצורעדן, וואס האט געברענגט טראמפ אים צו פארשווייגן[17][8]. עטליכע אידישע ארגאניזאציעס, אריינגערעכנט דער ADL און דעיוויד העריס, דער הויפט עקזעקוטיוו פון דער אמעריקאנער אידישער קאמיטע, האבן קריטיקירט טראמפ'ס באהאנדלונג פון דעם אינצידענט[8].
נאכן אינצידענט איז טורקס ערשינען אויף עטליכע נאציאנאלע נייעס פראגראמען, אריינגערעכנט Tucker Carlson Tonight[18] און Anderson Cooper 360[19], וואו ער האט געזאגט אז זיין איינדרוק איז אז דער פרעזידענט האט שלעכט פארשטאנען זיין פראגע, און אז ער גלייבט ווייטער אז דער פרעזידענט איז נישט קיין אנטיסעמיט, און אויך נישט קיינער פון זיינע הויך-ראנגיגע שטאב[20]. טורקס האט געטוויטערט, "פרעזידענט טראמפ האט קלאר שלעכט פארשטאנען מיין פראגע. דאס איז שטארק צום באדויערן און איך גיי זוכן עס אויסצוקלארן"[21]. ער איז אויך ערשינען אויף אל דזשאזירא[22], די יונגע טערקן[23], סי-ען-ען ניוזרום מיט ברוק באלדווין[1], i24news[24], ען-פי-אר'ס "A1" פראגראם[25], און סקיי ניוז[26].
באציאונג מיט אזערביידזשאן
טורקס האט פאזיטיוו געשריבן איבער די רעפובליק פון אזערביידזשאן און דעם אויפשטייג פון היידאר אלייעוו, פאטער פון יעצטיגן פרעזידענט אילהאם אלייעוו[27]. אין 2023, אינמיטן דער בלאקאדע פון דער רעפובליק פון ארצאך, איז טורקס געווען איינער פון די פרעמדע זשורנאליסטן וואס האבן געפארן קיין נאגארנא-קאראבאך, און ער האט באריכטעט נישט צו זען קיין בלאקאדע, און אז קארס האבן געקענט דורכגיין אומגעשטערט[28]. זיינע באהויפטונגען האבן דערנאך געצויגן קריטיק, מיט באשולדיגונגען אז זיין רייזע איז באצאלט און אראנזשירט געווארן דורך דער רעגירונג פון אזערביידזשאן[29].
פערזענליכע לעבן
טורקס, וועלכע רעדט דריי שפראכן - ענגליש, אידיש, און העברעאיש - וואוינט אין וואשינגטאן די-סי דורכאויס די וואך. זיין פאמיליע וואוינט אין טאמס ריווער, ניו דזשערזי[1].
אין 2018, פאר "נעם אונזערע טעכטער און זין צו די ארבעט טאג", האט טורקס גענומען צוויי פון זיינע קינדער צום ווייסן הויז אנטיילצונעמען אין א "פרעסע קאנפערענץ" וואס איז ארגאניזירט געווארן פאר די קינדער פון די ווייסן הויז קארעספאנדענטן. זיין זון, אנגעטון א "מאגא" היטל, האט געשטעלט פאר פרעסע סעקרעטארשע שרה האקעבי סענדערס די פאלגנדע פראגע, וועלכע איז גערופן געווארן "היבש עפיש" דורך זיין פאטער וואס האט געזאגט אז עס איז געווען "זיין אייגענעם געדאנק": "נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ מאכט אמעריקע ווידער געוואלדיג, וואספארא ארבעט וועט זיין פאר צוקונפטיגע פרעזידענטן?"[30][31]
ספר עובדיה
נאך שמחת תורה טעראר אטאקע האט טורקס זיך צוגעכאפט צו לערנען ספר עובדיה, זאגנדיג אז ער זעט די 2,800 יעריגע נבואה אלס א דירעקטע פּארעלעל צו די געשעענישן פון אקטאבער 7. דער תרגום יונתן וואס טייטשט "חֲמַס"[32] אלס "חטוף", דער העברעאישער ווארט פאר א מענטשליכער משכון, האט אים איבערצייגט פון די רעלעוואנץ דערפון. ער לערנט עובדיה מיט'ן פירוש פון דער בני יששכר,
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע כלי הרואים, וועלכער ער זאגט טיישט אויס די נבואה אויף היינטיגע צייטן גאר טרעפליך. ער זעט די נבואה ווי א הימלישער סקריפּט פאר די היינטיגע געשעענישן, וואס ברענגט אים קלארקייט און פארמינערט די פחד. ער איז ערשינען אויף עטליכע פּאדקעסטס צו דיסוקסירן די טעמע[33][34][35].
ווערק
דרויסנדיגע לינקס
- אברהם יעקב טערקלטויב, אויף X
Latest Turx Podcast - Episode #5 | טעמעס: זיכערהייט - וואַלן - קאפל אויף Latest Talks קאנאל אויף יוטיוב
- C-SPAN ווידעא פון טורקס פרעגן די פראגע פון טראמפ
- אברהם יעקב טערקלטויב - אנאליזן, אויף אידיש24
- ארטיקלען דורך אברהם יעקב אויף עמי
- ארטיקלען דורך אברהם יעקב אויף משפחה
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 "VIDEO: The Story of Jake Turx – From Borough Park to the White House | Meaningful People". The Lakewood Scoop (in American English). 2022-03-30. Retrieved 2025-02-04.
- ↑ 2.0 2.1 "Avrohom Yaakov Terkeltaub Becomes Newsmax Contributor", Matzav.com (24 November 2021).
- ↑ 3.0 3.1 3.2 "Jake Turx | LinkedIn". Archived from the original on 2015-07-20. Retrieved 2017-02-21.
- ↑ "VIDEO & PHOTOS: Resident Comes Downstairs to Find Stranger Sitting on his Kitchen Table; Offers him to Eat » The heartbeat of the lakewood community". The Lakewood Scoop. 2015-11-05. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ "Ami Magazine". Ami Magazine. 2012-02-01. Archived from the original on 2014-01-11. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ "Talking To Ron Paul". Ami Magazine. Archived from the original on 2016-03-05. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ "Jake Turx: The Newcomer".
- ↑ 8.0 8.1 8.2 Goodstein, Laurie (February 17, 2017). "A Jewish Reporter Got to Ask Trump a Question. It Didn't Go Well". The New York Times. Archived from the original on 2017-02-19. Retrieved 2017-02-19.
- ↑ Kiddush Club - The Podcast (2025-01-08). Episode 166 - NYC Woes With Jake Turx and Awkward Bachur (Podcast). Retrieved 2025-01-15 – via YouTube.
- ↑ Kol Haolam [@KolHaolam]. "Jake Turx joins Mishpacha Magazine after parting ways with Ami just days ago" (Tweet). Retrieved 2025-01-07 – via Twitter.
- ↑ "Historic Moment: Two Hasidic Reporters at First Trump Administration Press Briefing". 5 Towns Central (in American English). 2025-01-29. Retrieved 2025-02-10.
- ↑ "Daily Kickoff: The GOP gang that could block pro-Israel legislation". Jewish Insider (in American English). 2025-01-07. Retrieved 2025-01-15.
- ↑ "Passing Torch: Ami Magazine Names Shloime Zionce to Replace Turx in White House", VIN News (31 December 2024).
- ↑ "Hunting The Ace Of Spades" (PDF). Zman Magazine. Retrieved 2024-07-14.
- ↑ "Chasidic Reporter Jake Turx Named Political Contributor at Newsmax", The Yeshiva World (24 November 2021).
- ↑ "Jake Turx Named Political Contributor at Newsmax, First Hassidic Jew to Hold Such a Position", 5 Towns Central (24 November 2021).
- ↑ Helen Chernikoff (2017-02-16). "Trump Lashes Out At Ultra-Orthodox Reporter After Softball Question About Anti-Semitism - National –". Forward.com. Retrieved 2017-02-23.
Goldstein, Nancy. "Jewish reporter scolded by Trump comes to president's defense - U.S. News".
"Ynetnews News - Haredi reporter, Trump talk past each other" (16 February 2017).
Katie Little (2017-02-17). "Trump: I am the least anti-Semitic, racist person you've ever seen". Cnbc.com. Retrieved 2017-02-23.
"After Trump exchange, reporter 'confident' admin will reach out to Jewish community". TheHill.com. 2017-02-18. Retrieved 2017-02-23.
"Trump dodges question about how his administration will combat anti-Semitism". CBS News. 2017-02-16. Retrieved 2017-02-23. - ↑ "Tucker Carlson Tonight". Fox News. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ Vales, Leinz (2017-02-17). "Jewish reporter hopeful about Trump after clash over rise of anti-Semitism - CNNPolitics.com".
- ↑ "'I Understand Why He's So Defensive': Jake Turx Comes to Trump's Defense". Mediaite. 2017-02-16. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ @JakeTurx. "President Trump clearly misunderstood..." (Tweet). Retrieved 2017-02-23 – via Twitter.
- ↑ "Watch: Turx Appears on Al Jazeera at Trump Inauguration". Matzav.com. 2017-01-22. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ "The Young Turks - Cenk Uygur sits down with Jake Turx,..." Facebook. 2016-07-20. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ "DEBRIEF | White House Reporter Jake Trux: Anti-Semitism Upsets Trump". YouTube. 2017-02-17. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ "Religious Intolerance in the United States". 1A.
- ↑ "Trump's condemnation of anti-Semitic threats a 'step in the right direction'". News.sky.com. Retrieved 2017-02-23.
- ↑ "Arms Open To All // An Azerbaijani Ambassador Talks About His Country's Unshakable Bond With The Jewish People". Ami magazine. 2017-07-28. Retrieved 2023-03-08.
- ↑ "Journalist from US: No blockade on Lachin road". Azerbaycan24. 2023-02-27. Retrieved 2023-03-08.
- ↑ Vik van Brantegem (2023-03-02). "Ottantunesimo giorno del #ArtsakhBlockade. Un giorno la giustizia prevarrà e arriverà la verità storica, oltre le menzogne azere". Korazym.org (in איטאַליעניש).
- ↑ Held, Amy (April 26, 2018). "Kids Of White House Reporters Take Over, And Trump Seems To Prefer It". National Public Radio.
- ↑ Cruz, Araceli (April 27, 2018). "Sarah Huckabee Sanders Faced a 'Tough Crowd' in a Mock White House Press Briefing on Take Your Child to Work Day". Teen Vogue.
- ↑ ספר עובדיה, קאַפּיטל א', פסוק י'. מֵחֲמַס אָחִיךָ יַעֲקֹב תְּכַסְּךָ בוּשָׁה וְנִכְרַתָּ לְעוֹלָם
- ↑
A Message from Hashem to You with Jake Turx אויף TORCH קאנאל אויף יוטיוב
- ↑
The Jewish Prophecy Connecting America, Islam and 2025 REVEALED אויף Living Lchaim קאנאל אויף יוטיוב
- ↑
Latest Talks Podcast - Ep #55 | Bnei Yissaschar’s Rare Sefer | Ovadia’s Nevios | 15 Days of Darkness אויף Latest Talks קאנאל אויף יוטיוב
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער