מגילת אנטיוכוס
![]() | |
לעצטע טייל פון דער אראמישער מגילת אנטיכוס, מיט אן אראבישע איבערזעצונג, און בבלי'שע ניקוד (העכער די שורות), פון אן אלטן תימנ'ער סידור | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | נישט באוואוסט |
שפת המקור | אראמיש |
מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוּס (אויך גערופן מגילת בני חשמונאי) איז א פאפולערע קורצע שילדערונג פון די מלחמות פון די חשמונאים און פון דעם נס חנוכה. די מגילה איז איבערגעגעבן געווארן אין עטליכע אראמישע ווערסיעס, און איז איבערגעזעצט געווארן צו לשון קודש מערערע מאל. רב סעדיה גאון איז מייחס די מגילה צו די חשמונאים זעלבסט, אבער חוקרים נעמען אן אז עס שטאמט ווארשיינליך פון שפעטער, ארום דער תקופה פון די סבוראים.
דער מגילה איז דער איינציגער פארבליבענער חיבור פון חז"ל וואס איז געצילט צו שילדערן בלויז די געשעענישן פון נס חנוכה. כאטש וואס עס איז נישט א טייל פון תנ"ך, זענען געווען קהילות וואו מען פלעגט עס ליינען חנוכה, ענליך צו מגילת אסתר אום פורים.
מחבר פון די מגילה
רב סעדיה גאון אין הקדמה צו זיין 'ספר הגלוי' שרייבט אז די פינף זין פון מתתיהו האבן געשריבן די מגילה, ער רופט עס "כתאב בני חשמונאי" (ספר בני חשמונאי), און ציטירט דערפון א פסוק וואס געפינט זיך אין דער היינטיגער ווערסיע[1]. פארהאן וואס לערנען אריין אין רב סעדיה גאונ'ס ווערטער אז ער איז דער וואס האט עס דער ערשטער אראפגעשריבן, באזירט אויף מסורות וואס ער האט מקבל געווען בעל פה פון די צייטן פון די חשמונאים[2].
אין די דרוקן פון ספר הלכות גדולות (בה"ג) שטייט אז "זקני בית שמאי ובית הלל הן כתבו מגילת בית חשמונאי, ועד עכשו לא עלה לדורות עד שיעמוד כהן לאורים ותומים", און עס באציט זיך ווארשיינליך צו דער מגילה. אבער אין די כתבי יד איז דער נוסח "מגילת תענית", און נישט מגילת חשמונאי[3]. אויך אינעם געדרוקטן נוסח זענען פארהאן וואס לערנען אריין אז עס באציט זיך צו מגילת תענית, וואס איז די טעמע פון יענע קאפיטל אין דעם בה"ג[4].
מנחם צבי קדרי האט אנאליזירט דאס ארמיש פון דער מגילה, און געקומען צו דער מסקנה אז עס איז געשריבן געווארן ארום דער צווייטער יארהונדערט[5]. אנדערע שלאגן אפ דעם דאטום, בעיקר באזירט אויף היסטארישע פאקטארן. אריה כשר לייגט צו דערצו אז עס איז קענטיג אין דער מגילה'ס שפראך איינפלוס פון אראביש, און דאטירט די מגילה צווישן דער 8'טער און דער 10'טער יארהונדערט[6]. איתי קגן מערקט אן אז דער נוסח פון דער מגילה אויף וועלכן די חוקרים האבן אלץ געקוקט איז געווען דער תימנ'ער, ווידער דער אייראפעאישן נוסח, וועלכער מ'טרעפט אויך אין דער קאירא גניזה, האט קלארע סימנים פון א סיריש אראמיש, און קיין שום אראבישער איינפלוס[7].
אינהאלט פון די מגילה
ערשטע שלאכט קעגן ניקנור
די מגילה שילדערט דער מאכטפולער גריכישער קעניג אנטיוכוס און זיין שני למלך בגריס, ווי זיי האבן געבויט די שטעט אנטוכיא און באגראס אויף זייער נאמען, און זייערע האס אויף די אידן. אין זיין 23'טע יאר שיקט אנטיוכוס זיין הויפטמאן ניקנור איינצונעמען ירושלים און איינצופירן דאָרט זיין אייגענע אָרדענונג. ער טוט אזוי, און שטעלט אוועק אין בית המקדש א מזבח צום גריכישן אפגאט, אויף וועלכן מ'האט געקוילעט חזירים.
דאס ברענגט דער ערשטע ווידערשטאנד דורך יוחנן בן מתתיהו כהן גדול. יוחנן האט זיך אריינגעכאפט צו ניקנור דורך שפילן אז ער גיבט זיך איבער צו אים. ער האט דערשטאכן ניקנור'ן צום טויט מיט א קליינעם שווערד וואס ער האט געהאט באהאלטן, און דערנאך ארויס אין מלחמה מיט די יוונים, הרג'ענדיג 72,000 פון זיי. צוריקקומענדיג האט ער געבויט א זויל, און עס גערופן "מכבי".
צווייטע שלאכט קעגן בגריס
בגריס ווערט געשיקט דורך אנטיוכוס אונטערצודריקן די אויפשטאנד, ער נעמט צוריק איין ירושלים, און ער פארבאט שבת, חודש, און מילה.
די מגילה שילדערט עטליכע העראאישע געשיכטעס איבער דעם מסירת נפש פון די אידן אין יענע צייט:
- מען פלעגט שטראפן מיט הענגען עלטערן וואס זענען געכאפט געווארן מל'ען זייער קינד. איין פרוי, וועלכע האט גע'מל'עט איר זון, איז ארויף אויף די מויערן פון ירושלים און אויסגערופן "לך נאמר בגרס הרשע, ברית אבותינו לא תחדל ממנו", און זי האט זיך אראפגעווארפן פונעם מויער אינאיינעם מיט איר זון צו זייער טויט.
- טויזנט אידן האבן זיך באהאלטן אין א הייל צו היטן שבת, און נאך וואס זיי האבן זיך אנטזאגט פון זיך אונטערגעבן פאר בגריס'ן, האט ער באפוילן אנצוצינדן א פייער ביי דער עפענונג. טויזנטער אידישע מענער, פרויען, און קינדער זענען אומגעקומען פון די פייער און רויך.
- אין טייל נוסחאות ווערט געברענגט א דריטע מעשה, איבער א שוועסטער פון די חשמונאים וואס האט איבערצייכט אירע ברידער ארויסצוגיין קעגן די יוונים, ווען די יוונים האבן איר געוואלט נעמען צו בגריס דער נאכט פון איר חתונה.
די פינף זין פון מתתיהו (וואס האבן געטראגן דעם נאמען "חשמונאים", אדער "מכבים") האבן זיך דאן דערוועקט; זיי האבן צוזאמגעשטעלט גרויסע אידישע מחנות וואס האבן געקעמפט ביז זיי האבן פארטיליגט די גריכישע מיליטער.
דריטע שלאכט קעגן בגריס
בגריס מיט זיינע לייט האבן זיך געראטעוועט און אנטלאפן אויף א שיף, און אנטיוכוס האט מחליט געווען צו שיקן א ריזיגער מיליטער קעגן די אידן, אין וועלכן עס האבן טייל גענומען באפאנצערטע עלעפאנטן, און עטליכע מדינות האבן געשטאנען מיט די יוונים קעגן די אידן. זיי נעמען ווידער איין ירושלים, ברעכן אויף דרייצן פרצות אין דער סורג, האקן אפ די וואסער, און צינדן אונטער דעם שטאט.
די פינף זין פון מתתיהו האבן זיך צוזאמגענומען אין מצפה גלעד, געפאסט און געדאוונט, און זייער פאָטער מתתיהו האט זיי אנגעוואונטשן איידער זיי גייען ארויס. אנהייב שלאכט איז יהודה המכבי געפאלן טויט, זייער פאטער איז געקומען אנשטאט אים, און מיט די אנדערע ברידער געקעמפט און באזיגט זייערע פיינט. אלעזר וועלכע האט פרובירט אומצוברענגען אן עלעפאנט איז גע'הרג'עט געווארן ווערנדיג דערטרונקען אין די געדערים פון א שטארבנדיגער עלעפאנט.
בגריס דער שני למלך האט מען פארברענט אין פייער, און דער קעניג אנטיוכוס איז אנטלאפן אויף א שיף. אין די תימנ'ער נוסחאות פון דער מגילה שטייט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן אונטערוועגנס.
די חשמונאים האבן אויסגערייניגט דעם בית המקדש און אנגעצונדן דארט דעם מנורה. זיי האבן געפונען בלויז איין קריגל אויל, בלויז אויף איין טאג, און על פי נס האט דאס קריגעלע געקלעקט אויף גאנצע אכט טאג.
פון דעמאלט אן איז בטל געווארן די הערשאפט פון מלכות יון, און עס האט זיך אנגעהויבן די הערשאפט פון דער אידישער דינאסטיע — די חשמונאים. אנגעהאלטן האט די אידישע הערשאפט ביז'ן חורבן, וואס איז פארגעקומען 206 יאר שפּעטער.
שפּראַך און אויסגאבעס פון די מגילה
די מגילה איז אריגינעל געשריבן געווארן אין אראמיש. חוקרים זאגן אז דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער שטייגער איז געווען צו שרייבן היסטאריע ביכער אין אראמיש. נתן פריד שרייבט אן אנדערע געדאנק, אז די מגילה האט געדינט ווי א תוספתא צו דעם תרגום אויף דער הפטרה. ער ווייזט אן אויף א כתב יד פון דעם תרגום פון דער הפטורה "רני ושמחי" פון שבת חנוכה, וועלכע איז באגלייט מיט א תוספתא אין פארעם פון א מגילה איבער נס חנוכה[8].
רב סעדיה גאון האט איבערגעזעצט די מגילה אויף אראביש און געשריבן דערצו צוויי הקדמות, א לענגערע און א קירצערע, ווי זיין שטייגער אין אנדערע ספרים[9]. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך פארשידענע איבערזעצונגען צו דער מגילה אויסער רב סעדיה'ס; ווי אויך אנדערע נוסחאות פון דעם אראמישן אריגינאל[10]. די מגילה איז אויך איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש עטליכע מאל, און ערשיינט אין פארשידענע נוסחאות אין כתבי יד; נישטא כמעט קיין צוויי כתבי יד מיט דעם זעלבן נוסח[11]. מיט דער צייט איז די מגילה געדרוקט געווארן, און איין באקאנטע נוסח דערפון איז פארשפרייט געווארן, מיט לייכטע שינויים פון דרוק צו דרוק[12]. דער מגילה איז אנטהאלטן אין עטליכע כתבי יד פון דעם תנ"ך, און אין סידורים פון פארשידענע קהילות[13].
די מגילה איז צום ערשטן מאל רעדאגירט געווארן דורך צבי הירש פיליפּאָווסקי פון א מאנוסקריפּט אינעם בריטישן מוזעום[14]. יעלינעק האט ארויסגעגעבן א צווייטן מאנוסקריפּט[15] און יעקב טאפראווער א דריטע[16]. די פולשטענדיגסטע אויסגאבע איז די פון מ. גאסטער, וואס איז באזירט אויף זעקס מאנוסקריפּטן[17]; ש.א. ווערטהיימער האט ארויסגעגעבן נאך א מאנוסקריפּט אין "לקט מדרשים"[18]; א פאקסימילע אויסגאבע פון אן אייראפעישער ווערסיע[19]; א קריטישע אויסגאבע, באזירט אויף תימנ'ער טעקסטן צוגעשטעלט מיט ניקוד העכער די שורות[20]; די הויפט אויסגאבע ווידער-רעדאגירט אין 'קרית ספר'[21]. די ווערסיע פון י.ד. אייזנשטיין[22] איז אן אומפארענדערטע איבערדרוק פונעם טעקסט פון סלוצקי. די מגילה איז איבערגעזעצט געווארן אויף לאטייניש, דייטש, שפּאניש, אראביש, פּערסיש, אונגאריש און אידיש.
ליינען שבת חנוכה
עס איז געווען איינגעפירט אין פילע קהילות צו ליינען די מגילה שבת חנוכה. עס איז מעגליך אז טייל פלעגן עס ליינען מיט א ברכה בשם ומלכות, וויבאלד דער רי"ד האט געדארפט ארויסשרייבן אז מ'מאכט נישט קיין ברכה דערויף[23].
אין תימן איז געווען דער מנהג עס ליינען שבת חנוכה פאר מנחה. מ'האט עס געליינט אזוי ווי א קריאה, ווען זיי פלעגן ליינען א פסוק פון דער מגילה אין אראמיש, און דערנאך דער תפסיר פון רב סעדיה גאון אויפ'ן פסוק. אין שפעטערע כתבי יד פון דעם תימנ'ער תכלאל האבן זיי אריינגעשטעלט אויך די איבערזעצונג אויף לשון הקודש, און זיי האבן געליינט א פסוק לשון קודש, אראמיש, און דערנאך דער תספיר. רבי יצחק רצאבי שרייבט אז דאס איז געקומען פון א טעות פון די וואס האבן פארשטאנען אז די מגילה איז א תרגום פאר דעם לשון קודש, און נישט פארקערט[24].
מ'טרעפט דעם מנהג פון ליינען די מגילה אין די מנהגים פון גרדאייא, אלזשיר, און פון די קרימטשאקעס[25]. נתן פריד ווייזט אן אז עס איז מעגליך אז אויך אין אשכנז און אין פראנקרייך האט מען עס אמאל געליינט חנוכה, וויבאלד דער מגילה איז געטראפן געווארן אין אן אשכנזישער מגילה פון הפטורות[26].
די מגילה איז געווען היבש פארשפרייט ביי אידן, אזוי אז אין דער הקדמה צו זיין 'ספר מעשיות', פארשפּרעכט רב ניסים גאון פון קירואן צו דערציילן די גאנצע היסטאריע פון די אידן, "אויסער וואס איז אין דער מגילת אסתר און מגילת חשמונאי (ווארשיינליך די מגילת אנטיכוס) און די 24 ספרים [פון תנ"ך]"[27].
היסטאריטעט
די געשיכטע פון חנוכה אין די מגילה ווערט געשילדערט אנדערש ווי וואס עס ווערט באשריבן אין ספר מקבים א' און ב', אדער אין די ספרים פון יוסף בן מתתיהו און יוסיפון[28]. לויט די מגילה איז יהודה אומגעקומען איידער נס חנוכה[29], און בחייו פון זיין פאטער מתתיהו[30]; ווידעראום לויט די אנדערע מקורות איז ער אומגעקומען דורכאויס א מלחמה וואס איז פארגעקומען יארן נאך נס חנוכה[31], און מתתיהו איז גאר נפטר געווארן איידער נס חנוכה[32]. לויט די מגילה איז ניקנור גע'הרג'עט געווארן אין דער ערשטער שלאכט פון די חשמנואים, אבער לויט אנדערע מקורות איז ניקנור געפאלן איז מלחמות נאך נס חנוכה[33]. לויט די מגילה זענען די שלאכטן איידער נס חנוכה געווען קעגן בגריס, אבער לויט אנדערע מקורות איז בגריס (באקכידעס) אריין אין בילד אין די נאכפאלגנדע געשעענישן[33].
נתן פריד ווייזט אן אויף געוויסע פרטים וואס לויט אים איז די ווערסיע פון די מגילה ריכטיגער ווי וואס ווערט געברענגט אין אנדערע מקורות, וועלכע האבן פרובירט אויסצובעסערן די מעשה. צום ביישפיל, דאס וואס שטייט אין דער מגילה אז אלעזר האט זיך דערטרונקען אין די געדערים פון אן עלעפאנט, האט אויסגעזען צו מיאוס פאר די היסטאריקער, וועלכע האבן דערפאר געשריבן אז ער איז צעדריקט געווארן פון דעם עלעפאנט. אזוי אויך האב די היסטאריקער אויסגעלאזט דאס וואס שטייט אינעם תימנ'ער נוסח, אז אנטיוכוס איז באגאנגען זעלבסטמארד[8].
מאיר למברסקי איז זיין ספר "על התשועות" נעמט אן אז דער אנטיוכוס פון דער מגילה איז אנטיוכוס אייפאטאר, א זון פון אנטיוכוס עפיפאנעס איבער וועמען די אנדערע מקורות רעדן[34]. אזוי דערציילט ער אלעס וואס ווערט געברענגט אין ספרי מקבים אין די תקופה פון אנטיוכוס עפיפאנעס, און אלעס פון די מגילה ביי די תקופה פון אנטיוכוס אייפאטאר.
ביבליאגראפיע
- אברהם אליהו הרכבי, זכרון לראשונים וגם לאחרונים ה, תרנ"ב, עמ' 205–209
- נתן פריד, "נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס", סיני סד, ירושלים, תשכ"ט, זייט צז-קמ (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- נתן פריד, "עניינות מגילת אנטיוכוס", ארשת ד, זייט 166–174
- נתן פריד, "נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס", צפונות יז, בני ברק, תשנ"ג, זייטן סה-עד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- יהוזה זייבלד, חלקו של רס"ג בעריכת מגילת אנטיוכוס וההדרה של הקדמתו, חצי גבורים, י, ניסן תשע"ז, אויף Academia.edu
- רבי יצחק רצאבי, שמן למאור, בני ברק, תשמ"ב
דרויסנדיגע לינקס
- תרגום: יששכר דוב פרענק, מגלת מתתיהו, פרעשבורג, תרכ"א, מיט אידיש איבערזעצונג
- מגילת אנטיוכוס, אראמיש און לשון קודש'ער איבערזעצונג לויט סלוצקי
- הידעת מהי מגילת בני חשמונאי? מאת ר' אביעד ב"ר שלום יצ"ו אשואל - כולל נעימת מגילת בני חשמונאי (מגילת אנטיוכס) מפי מארי סאלם כהן בן סלימאן זצ"ל, אויף אתר מסורת, דעצעמבער 11, 2020
רעפערענצן
- ↑ רב סעדיה גאון, ספר הגלוי, פארעפנטליכט און איבערגעזעצט דורך אברהם אליהו הרכבי, אין "זיכרון לראשונים", מחברת חמישית, חוברת ראשונה: "השריד והפליט מספר האגרון וספר הגלוי", פטרבורג תרנ"ב. "וכמו שכתבו בני חשמנאי יהודה ושמעון ויוחנן ויונתן ואלעזר בני מתתיה ספר במה שעבר עליהם, הדומה לספר דניאל בלשון הכשדים."
- ↑ זייבלד
- ↑ זע רבי שמעון קיירא, הלכות גדולות א, רעד' ר"ע הילדעסהיימער, בערלין, תרמ"ח, עמ' 615, על פי כתב יד רומי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), אין די הערות
- ↑ זע: ורד נעם, מגילת תענית, יד בן צבי: ירושלים תשס"ד, זייט 383 הערות 8
- ↑ מנחם צבי קדרי, באיזו ארמית נכתבה מגילת אנטיוכס, לשוננו, באנד ג' (תשי"ט), זייט 145-129, באתר JSTOR
- ↑ אריה כשר, "הרקע ההיסטורי לחיבורה של 'מגילת אנטיוכוס'", התקופה הסלווקית בארץ־ישראל, תל אביב תש"ם, זייטן 85—10
- ↑ איתי קגן, "מגילת אנטיוכוס הארמית: בירורים לשוניים ראשוניים", לשוננו פו (תשפ"ד), זייט 119-145.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 8.0 8.1 פריד, זייט קי
- ↑ זע זייבלד
- ↑ מבוא צו מגילת בני חשמונאי, אין הליווי בגלות לרב סעדיה גאון, הוצאות האוצר, ירושלים, תשע"ט
- ↑ פריד, תשנ"ג
- ↑ פריד זייט קיז
- ↑ ווי: סידור "בית עובד", ליוורנו, תרכ"ב; סידור "עבודת ישראל", רעדלהיים, תרכ"ח; סידור "אוצר התפילות", ווילנא, תרפ"ח
- ↑ 'ספר מבחר הפנינים ומגילת אנטיוכוס' (תרי"א), 73–100
- ↑ בית המדרש, ו (תרל"ח), 4–8
- ↑ כבוד הלבנון, שנה י', נומער ד (תרל"ד) 17–28
- ↑ Transactions of the Ninth International Congress of Orientalists, 2 (1893), 17—27
- ↑ שלמה אהרן ווערטהיימער, לקט מדרשים, ירושלים, תרס"ג, יג, ב – יח, א
- ↑ L. Nemoy, The Scroll of Antiochus: Facsimile of Codex Hebrew +51 in the Yale University Library. New Haven, 1952
- ↑ מ.צ. קדרי, "מגילת אנטיוכוס הארמית", בר-אילן, ספר השנה, א (תשכ"ג), 81–105; בר-אילן, ספר השנה, יא (תשכ"ד), 178–214
- ↑ יששכר יואל, קרית ספר 37 (תשכ"ב), 132–136
- ↑ אין אוצר מדרשים (תרע"ה), 185–189 (טעקסט)
- ↑ תוספות רי"ד, סוכה דף מד עמוד ב; שבלי הלקט שבולת קעד
- ↑ רצאבי זייט מט
- ↑ פריד, זייט 17-21
- ↑ פריד, זייט 18
- ↑ רבי נסים מקירואן, ספר מעשיות: והוא חבור יפה מהישועה, ווארשע, תקצ"ז, דף ב, ב;
- ↑ פריד, זייט קט
- ↑ פסוק נו
- ↑ פסוק ס
- ↑ ספר מקבים א, פרק ט'.
- ↑ ספר מקבים א, פרק ב'.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 33.0 33.1 ספר מקבים א, פרק ז'.
- ↑ מאיר למברסקי, על התשועות, ירושלים, תשס"ו, זייט ה
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ![]() | |||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||