הרב חיים העליר
רבי חיים העליר (כ' תמוז תרל"ח; 10 יולי 1878[1], ביאליסטאק – 10 אפריל 1960, ניו יארק) איז געווען א פּראמינענטער גאון אין תורה און פארשער פון תנ"ך איבערזעצונגען וועלכער האט קאמבינירט טראדיציאנעלן רבנישער ערודיציע מיט עקספּערטיז אין מאָדערנער טעקסטואַלער פאָרשונג[2]. ער האט פארמאגט א דאָקטאָראַט און איז געווען בארימט פאר זיין געוועלטיגונג אין אור-אלטע שפּראכן[3].
![]() | |
| פטירה | י"ד בניסן תש"ך |
|---|---|
ביאָגראַפיע
ר' חיים איז געבוירן געווארן אין כ' תמוז תרל"ח אין ביאַליסטאָק צו ישראל פּינסקער, אלס דער קלענערער ברודער פון נחמן העלער, וואָס איז שפעטער אויך געוואָרן אַן אמעריקאנער רב. ר' ישראל איז זעלבסט געווען א באוואוסטער תלמיד חכם[4] און לויט זיין מצבה האט ער געענדיגט ש"ס 70 מאָל.[5] ער איז געווען דער אייניקל פון ר' חיים ברודא, מחבר פון 'זרע חיים' (געדרוקט דורך ר' חיים העליר)[6]. נאך דעם טויט פון ר' חיים'ס מוטער, איז ער אויפגעצויגן געווארן אין וואַרשע דורך זיין פעטער ר' יעקב יוסף ברודא. ער האט נישט געלערנט אין קיין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין רבי’ן, און שוין אלס צען יעריג בחור’ל איז ער געווען באוואוסט אלס "ווארשעווער עילוי". כמעט יעדער גדול, וועלכער איז געקומען אין יענע יארן קיין וואַרשע, האט גערעדט מיט דעם אינגן עילוי אין לערנען[7].
ארום תרנ"ה (1899) האט ער חתונה געהאט מיט פריידע דער טאכטער פון ה. דיסקין, אַ רייכער איד פון לאָדז. אין דעם הויז פון זיין רייכן פעטער אין ווארשע, האט ער זיך געטראפן און גע'טענה'ט מיט די גרעסטע תלמידי חכמים פון דער צייט, אַריינגערעכנט רבי יוסף דוב סאָלאָווייטשיק, רבי חיים סאָלאָווייטשיק, הרב יוסף ב. סאָלאָווייטשיק (וואָס איז געווארן זיין תלמיד), רבי ישראל מאיר הכהן, יוגען מיטוואָך, יחיאל יעקב וויינבערג[2], רבי יצחק אלחנן ספּעקטאָר, רבי נפתלי צבי יהודה בערלין, און זיין זון רבי חיים בערלין[8]. אויסער וואַרשע, האָט ער געאַרבעט אין הלכה'דיגע ענינים מיט רבי חיים חזקיהו מדיני[9], ברוך לאַווסקי, רבי מאיר דן פלאצקי, רבי אליהו דוד ראבינאוויץ-תאומים, רבי אליעזר גארדאן, רבי אליהו קלעצקין, רבי יוסף ענגל, און אנדערע. ער איז געווען א נאנטער פריינט פון רבי חיים עוזר גראדזענסקי, רבי אליהו חיים מייזל, און רבי אליהו פיינשטיין[10].
אין 1906 האט ר' חיים געלערנט א קורץ וויילע אין דער אוניווערסיטעט אין סעינט־פּעטערבורג, איידער ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין בערלין דעם נאכפאלגנדן יאר. ר' חיים האט באקומען א דאָקטאָראַט פון דער אוניווערסיטעט פון ווירצבורג אין 1910. נאך דעם טויט פון רבי מלכיאל צבי טענענענבוים, האָט די קהילה פון לאָמזשע אויסדערוויילט ר' חיים אים צו איבערנעמען. אין דער צייט האָט ר' חיים שוין אנגעהויבן אַרויסגעבן באגריסנדע פארשונגען וועגן די סעפּטואַגינטא און וועגן דעם רמב"ם. כאטש וואס ער איז געווען א שטודירטער דאקטאר, דאך, מיט די השתדלות פון רבי אליהו חיים מייזל וואס האט דארט געדינט אלס רב אין די פארגאנגענהייט, און מיט'ן הסכמה פון גערער רבי'ן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין דעם עיר ואם בישראל[11]. הרב מייזל האט זיך אויסגעדריקט אויף אים "סוקר את כל הש"ס בסקירה אחת"[12]. טראָץ דעם, האָט ער באַלד פאַרלאָזט דאס רבנות. סאלאווייטשיק האט דערציילט אַז ר' חיים האט אים געזאגט אז ער איז באַזארגט אז זיין שטעלע אלס קהילה רב וועט אים צווינגען צו האנדלען מיט נשמה-ברעכנדע באַזאָרגן[13].
אין נאוועמבער 1920 איז ר' חיים געקומען קיין ניו יארק ווייטער ארבעטן אויף זיין אויסגאבע פון דער פשיטתא[14]. העליר איז דערנאך געפארן קיין בערלין, וואו ער האט אין 1922 געגרינדעט די אקאדעמיע פון העכערע אידישן לערנען און געפירט סעמינארן, וואס האבן אקאדעמיש געפארשט די אידישע ליטעראטור. די שולע האט זיך נישט אויסגעארבעט, נישט געפונענדיג גענוג סטודענטן וואָס קומען נאך אירע סטאנדארטן[2]. סאלאווייטשיק האָט זיך באַטייליגט אין די שיעורים, ווי אויך אברהם אהרן פרייס און רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, העליר'ס פריינט[15][16]. אין 1937, ווען די נאַציס האָבן זיך געהויבן צו דער מאַכט, איז העלער אַוועק קיין ניו־יאָרק, וואו ער האָט פאָרגעזעצט זיין אַקאַדעמישע אַרבעט בעת ער האָט געלערנט אינעם רבי יצחק אלחנן טעאָלאָגישן סעמינאַר. העלער איז געווען באַרימט פאַר זיין פעאיגקייט צו ברענגען אור־אַלטע דערציילונגען צו לעבן. סאָלאָווייטשיק האָט געהאַט אַזאַ רעספּעקט פאַר העלער, אַז ער פלעגט איבערברעכן עפנטליכע רעפעראַטן, ווען ער האָט געזען אַז העלער איז אָנגעקומען, אים צו העלפן מיט זיין מאַנטל און אים באַגלייטן צו זיין זיצפּלאַץ.[2] צום סוף פון זיין לעבן איז העלער'ס שטימע אַזוי שוואך געוואָרן, אַז ער האָט נישט געקענט פאָרלערנען פאַר גרופּעס אַפילו מיט דער הילף פון אַ מיקראָפאָן. אַנשטאָט, פלעגט סאָלאָווייטשיק זיצן נעבן אים און איבער'חזר'ן זיינע רעפעראַטן ווערטליך פאַרן עולם[17].
ער איז געווען אַן עהרן־פּרעזידענט פון דער אָרטאָדאָקסער פאַרבאַנד און דער קאָ־פארזיצער פון דער רבנישער קאָונסיל פון אַמעריקע'ס הלכה־קאָמיסיע.[2] ער איז געוואָרן באַלוינט מיט דעם הרב קוק פּרייז פאר רבני'שע ליטעראטור אין 1947. אייניגע הויכע מדינת ישראל באאמטע האבן מערערע מאל אים איינגעלאַדן זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל און אויסגעהאלטן ווערן פון דער רעגירונג בלויז צו טון זיין אייגענע ארבעט אין תנ"ך און תלמוד[7].
ר' חיים איז געשטארבן אין 1960, איבערגעלאזט זיין ווייב און דריי טעכטער, אריינגערעכנט מרים העליר און רבקה זינגער. ער איז באגראבן אין די מוינט יהודה קברות אין רידזשוואוד, קווינס. ביי זיין לוי' האבן זיך באטייליגט הונדערטער רבנים, געפירט דורך ר' יאשע בער סאלאווייטשיק[18].
שאסייען אין רחובות און גבעת מרדכי זענען גערופן נאך אים.
ווערק
ר' חיים האט זיך אפּגעגעבן מיט פילע פארשידענע געביטן פון תנ"ך, תלמוד און הלכה. אין זיין פארשונג האט ער געזוכט צו אויסקלארן טעקסטן מיט ריכטיגע מאנוסקריפּטן־ליינונגען. אין אלגעמיין איז זיין צוגאַנג געווען קאנסערוואטיוו, אבער ער איז נישט אוועקגעשטאנען פון מאדערנע פארשונגען פון אידישע און נישט־אידישע ווערק. ער האט געזען זיינע אויספארשונגען פון די אלטע ביבלישע ווערסיעס ווי א הייליגער מיסיע צו אויפווייזן דאס אינטעגריטעט פון דעם מסורה'דיגן טעקסט[3]. ער האט געשריבן פופצן ספרים, מערסטנס אויף העברעאיש[18].
זיינע ווערק נעמען אריין אַן אויסגאבע פון ספר המצוות, א צוויי-באנד אַרבעט אויף שולחן ערוך, חושן משפט מיטן טיטל 'לחקרי הלכות', 'נוסח השומרוני', און אנדערע ווערק.[19] פּאָסטהום ארויסגעגעבענע ווערק רעכענען אריין עטליכע בריוון און אַ פאָטאָסקאַן פון העליר'ס פערזענליכע ביבליאַ העבראיקאַ, אַריינגערעכנט זיינע קרייץ־רעפערענצן, ארויס דורך העליר'ס איידעם יוסף זינגער אין פיר בענדער אלס 'ספר מסורות התנ"ך' (1996). העליר, וואס האט אויך פאַרלוירן גאנצע מאנוסקריפּטן אין דער האלאקאוסט, האט אנגעבליך איבערגעלאזט א באדייטנדער הויפן פון אומפּובליצירטע מאטעריאל, אבער עס זענען נישט באקאנט צו זיין איבערגעבליבן קיינע מאנוסקריפטן.
רעפערענצן
- ↑ קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אויף ספריית אסיף (העברעאיש). "11 יולי 1879" איז אומריכטיג אָנגעגעבן אין 'Heller, Chaim (1879-1960),' in: Moshe D. Sherman, "Orthodox Judaism in America: A Biographical Dictionary and Sourcebook", Westport, Conn.: Greenwood Press, 1996, p. 89..
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 Rakeffet-Rothkoff, Aaron (1999). The Rav: The World of Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-0-88125-614-7.
- ↑ 3.0 3.1 Shapiro, Marc B. (17 March 2022). Between the Yeshiva World and Modern Orthodoxy (in ענגליש). Liverpool University Press. ISBN 978-1-80085-846-6.
- ↑ "Bialystok, Poland (Volume 1, Pages 191-198)".
- ↑ קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אויף ספריית אסיף (העברעאיש)
- ↑ רבי חיים ברודא, זרע חיים, פיעטרקוב, תרס"ז.
- ↑ 7.0 7.1 אהרן ראזמארין'ס תנ"ך ענציקלאפעדיע, באנד 1, עמ' עה-עט.
- ↑ רבי חיים בערלין רעפערירט אין אַ תשובה צו "דער דערמאַנונג פון אונזער יוגנט פריינדשאַפט, ווען יחדיו נמתיק סוד אין פילע ענינים אין טיפעניש פון הלכה אין הויז פון [העלער'ס] פעטער". חיים ברלין, שו"ת נשמת חיים - חושן משפט, סי' עב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ רח"ח מדיני, שדי חמד, טו, וורשה תרס"ז, עמ' 289 (=כללים, מערכת מ, כלל קפז); הנ"ל, שם, יז, וורשה תרס"ח, עמ' 473 (= פאת השדה, כללים, מערכת ח, כלל יג); הנ"ל, שם, יח, וורשה תרע"ב, עמ' 280 (= שיורי הפאה, מערכת ה, כלל ח).
- ↑ כך כתב עליו ר' יוסף דב סולובייצ'יק מבוסטון בהספדו עליו, דברי הגות והערכה, ירושלים: ספרית אלינר, 1982, עמ' 148.
- ↑ הסכמת החסידים לרב־דקטור, המצפה, מערץ 29, 1912.
- ↑ ספר זיכרון לקהילת לומז'ה, בעריכת יום טוב לוינסקי, 1952, עמ' 115.
- ↑ בסוד היחיד והיחד, פליטת סופריהם
- ↑ The American Hebrew & Jewish Messenger (in ענגליש). American Hebrew Publishing Company. 1920.
- ↑ "An Important Historical Discovery From 1868-9: "I Knew Him Personally…"". CrownHeights.info - Chabad News, Crown Heights News, Lubavitch News (in ענגליש). 2022-04-28. Retrieved 2023-06-04.
- ↑ Deutsch, Shaul Shimon (1995). Larger Than Life: The Life and Times of the Lubavitcher Rebbe Rabbi Menachem Mendel Schneerson (in ענגליש). Chasidic Historical Productions. ISBN 978-0-9647243-1-0.
- ↑ Eleff, Zev (2008). Mentor of Generations: Reflections on Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-1-60280-011-3.
- ↑ 18.0 18.1 Rabbi Chaim Heller, Noted Talmudic Scholar, Dies in New York, JTA, April 13, 1960.
- ↑ "Mission & History". Yeshiva University
