באַניצער:יצחק/ויכוח הרמב"ן
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
| ||
| דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל | |
דער ויכוח הרמב"ן, (אויך באוואוסט אלס ויכוח בארצעלאנע), איז געווען א פארמאלע דעבאטע צווישן דער רמב"ן, א פירנדער ראשון, פילאזאף, דאקטער, מקובל און מפרש התנ"ך, און דער דאמיניקאנער מאָנאַך פּאַבלאָ (פּאולוס) קריסטיאני, א משומד וועם דער רמב"ן רופט "פראי פול (Friar Paul)". עס איז פארגעקומען אין קעניגליכן פאלאץ פון דזשעימס (חיימע) דער ערשטער, קעניג פון אַראַגאָן (היסטארישער געביט אין שפאניע) אין אנוועזנהייט פונעם קעניג, זיין הויף, און פילע פּראמינענטע קירכליכע מכובדים און ריטער.
די דעבאטע איז אפגעהאלטן געווארן במשך 4 טעג אין יולי 1263 (ה'כ"ג) אין שטאט בארצעלאנע אין קאטאלאניע, און עס האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר'ן רמב"ן. אבער שפעטער האט דער רמב"ן צוליב דעם געדארפט אנטלויפן פון שפאניע און ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל.
הינטערגרונד
אין כיימע דער ערשטער'ס צייט איז אַראַגאָניע געווען איינע פון די הויפּטנעסטער פון דעם מאָנאַכן־אָרדן דאָמיניקאַנער. דער ראש פון דעם אָרדן ריימונד דע־פּעניאַפאָרטע איז געווען דעם קעניג'ס גייסטליכער. דורך די באמיאונגען פון די מאָנאַכן, וואס זענען שטענדיג געווען פארבונדן מיט'ן רוימישן פּויפּסט, איז אין אַראַגאָניע איינגעפירט געווארן די אינקוויזיציע אויף צו רודפ'ן די קאַטאַרן און אנדערע כופרים פון די קריסטן; אין-איין-וועגס האבן די מאָנאַכן געשטרעבט צו אנטוויקלען א ברייטע מיסיאנערישע טעטיגקייט צווישן אידן און מאַוורען. די גייסטליכקייט האט מיט אומרואיגקייט געקוקט אויפן וואוקס פון די אידישע קהילות אין אַראַגאָניע און אויפן שוץ וואס דער קעניג גיט זיי; זי איז געווען אויפגערעגט דערויף, וואס דער קעניג איז עובר אויף די קאַנאָנען פון דער קירך, וואס ער לאזט צו אידן צו די הויכע אמטן פון "באַיולוסן" (שטאָט-פארוואלטער) און פינאנץ־אגענטן. זיין גייסטליכער פּעניאַפאָרטע און איינפלוסרייכע בישאפּן האבן געפּרואווט ווירקן אויפן קעניג, ער זאל אננעמען א שטרענגערע קריסטליכער שטאנד; אבער כיימע 1, וואס האט געבויט א נייע מלוכה, האט מורא געהאט איר צו צעשאקלען.
נאר אינגאנצן פרוכטלאז איז די אַגיטאַציע פון די קלעריקאַלן ביים אַראַגאָנישן הויף נישט געבליבן. צום סוף פון זיין לעבן האט דער אלטער קעניג, הגם ער האט נישט אויפגעהערט צו זיין גוט צו אידן אין פינאנציעלן הינזיכט, זיך פארגענומען אויסצוקויפן זיין "זינד" מיט אייניגע הנחות לטובת די הייליגע פאטערס. ער האט ערלויבט "די ברידער די פּרעדיגער" צו פירן א רעליגיעזע פּראפּאגאנדע צווישן אידן, נישט אפּשטעלנדיג זיך אויך פאר שטערן די רעליגיעזע פרייהייט וואס איז געווען גאראנטירט די קהילות.
די דאָמיניקאַנער האבן אין זייערע שולעס צוגעגרייט מאָנאַכן, וואס זענען געווען באהאוונט אין דער העברעאישער ליטעראטור און געניט אין פירן רעליגיעזע וויכוחים. באזונדערס האבן ביי זיי געהאט א ווערט גע'שמד'טע אידן, וואס האבן געקענט אויפדעקן די "בלאָנדזשענישן" פון דעם תלמוד און די "פאלשקייטן" פון די רבנים. אזא אַגיטאַטאָר האט זיך באוויזן אין דרום־פראנקרייך און אַראַגאָניע, קורץ נאכדעם ווי די דאָמיניקאַנער האבן אויסגע'פּועל'ט די פארברענונג פונעם תלמוד אין פּאריז מיט דער הילף פון דעם משומד ניקאלאי דאָנין. דאס איז געווען דער משומד פּוילוס כריסטיאַני אדער "ברודער פּאַבלאָ" (פראַי פּאול), א מאָנאַך פון דעם דאָמיניקאַנער אָרדן. דער דאזיגער משומד, וואס האט געהאט אנגענומען דעם נאמען פון דעם פארצייטישן אַפּאָסטאָל, איז ארום 1260 ארומגעפארן איבער פּראָוואַנס און קאַטאַלאָניע און האט געפּרואווט ארויסרופן רבנים אויף רעליגיעזע וויכוחים, און האט זיך געפלייסט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד, אבער אָן קיין ערפאלג.
דאן האט דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אַן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב. קריסטיאני האט אויסגעוועלט דעם רמב"ן, רבי משה בן נחמן פון געראנע, פאר א קעגנער אין דעם ויכוח. דאס איז נישט געווען דער רמב"ן'ס ערשטע באגעגעניש מיט יענעם משומד, דער רמב"ן האט שוין געהאט א דיספּוט מיט אים אין זיין היימשטאט געראנע. קריסטיאני האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן.
דער ויכוח
צווישן די קריסטליכע דיספּוטאנטן זענען געווען רעימאנד מארטיני, ארנאלד דע סעגארא, און נאך גלחים אין שפיץ פון רעימאנד דע-פעניאפארט. דער איינציגער פאָרשטייער פאר דער אידישער זייט איז געווען דער רמב"ן. די פיר סעסיעס פונעם ויכוח זענען פארגעקומען יולי 20, 27, 30 און 31, 1263 (לויט אן אנדער רעכענונג, יולי 20, 23, 26 און 27)[1].
צוויי שילדערונגען וועגן דער ויכוח, איינס אויף לשון-קודש געשריבן דורכ'ן רמב"ן און א קורצערע אויף לאטיין, זענען די הויפט קוואלן פאר דער געשיכטע פון דעם וויכטיגן עפּיזאד אין אידיש-קריסטליכן פאלעמיק. לויט ביידע מקורות, זענען די איניציאטיוו פון דער ויכוח און איר אגענדע געשטעלט געווארן דורך די קריסטליכע זייט, כאטש דער רמב"ן'ס שילדערונג לאזט שפירן א שטערקערע באטייליגונג פון רמב"ן אין פינאליזירן די פונקטן צו ווערן דיסקוסירט[1].
ערשטער טאג
דער רמב"ן האט פארלאנגט אז מען זאל אים לאזן רעדן פריי. דערויף האט פאולוס געענטפערט אז ער זאל נישט באליידיגן די קריסטליכע אמונה. דער רמב"ן האט גע'טענה'ט אז אויב דער גלח וועט זיין פריי צו רעדן וועגן אידנטום מוז ער, דער רמב"ן, אויך זיין פריי צו רעדן וועגן קריסטנטום. נאטירליך, וועט ער אליין נישט רעדן קיין באליידיגנדע זאכן, אבער די פרייהייט צו רעדן מוז מען אים געבן. יעדער האט מסכים געווען, אבער במשך דער דעבאטע האט דער רמב"ן בלויז געמעגט ענטפערן וואס מען פרעגט אים, און נישט שטעלן קעגן-פראגעס צו זיין קעגנער.
באזירנדיג זיך אויף דברי חז"ל אין אלגעמיין און בפרט אויף אגדתא גמרות און מדרשים, האט קריסטיאני געזוכט צו אויפווייזן דריי פּונקטן: אז דער משיח איז שוין ערשינען; אז ער איז געווען "גלייכצייטיג מענטשליך און געטליך", און איז געשטארבן צו פארצייען אויף די זינד פון מענטשהייט; און אז דערפאר זענען די מצוות פון אידישקייט מער נישט גילטיג.
דאן האט פּאולוס דערקלערט אז ער וועט אויפווייזן פון דער גמרא אז משיח איז שוין געקומען (און דעריבער מוזן זיי האבן געגלויבט אז דער משיח איז ישו). דערויף האט דער רמב"ן אים גלייך געענטפערט אז לויט ווי עס איז באקאנט האט דער יוזל געלעבט און איז געקרייציגט געווארן אין דער צייט פון פאר'ן חורבן בית שני. "די חכמי התלמוד, און באזונדערס די אמוראים, האבן געלעבט א פאר הונדערט יאר נאכ'ן חורבן. היינט, אויב זיי וואלטן געגלויבט אז דער יוזל איז משיח, פארוואס זענען זיי געבליבן אידן, און זיך נישט געטויפט צו קריסטנטום אזויווי פּאולוס האט געטון? נאכמער, זיי האבן באשאפן דעם תלמוד און באשריבן דווקא יענע מצוות וועלכע זיי אליין האבן געהיט, און מיר היטן זיי אפ ביז היינטיגן טאג, כדי מיר זאלן וויסן די דינים און מנהגים ווי מען האט זיך נוהג געווען ביי אידן זינט משה רבנו ע"ה." "פראַי פּול פארשטייט באשיימפּערליך בעסער דעם תלמוד ווי די בעלי־התלמוד גופא", האט דער רמב"ן איראניש באמערקט.
אויף צו אויפווייזן זיין ערשטן טעזיס האט כריסטיאַני געברענגט דעם פּסוק "לא יסור שבט מיהודה… עד כי יבא שילה", וואס ער האט עס געטייטשט אזוי: "פון יהודה'ן וועט נישט אפּגעטון ווערן דער מלוכה־צעפּטער, ביז עס וועט קומען דער משיח", און האט ווייטער גע'טענה'ט אזוי: דער צעפּטער איז דאך שוין פון לאנג אוועק פון אידן, איר האט נישט קיין מלך, נישט קיין מלוכה, אידן האבן דאס אנגעווארן גראד דעמאלט, ווען קריסטוס איז געקומען. דערויף האט דער רמב"ן געענטפערט: עס איז געווען נאך א צייט, ווען אידן האבן צייטווייליג געהאט אנגעווארן זייער מלוכה, און פארט וועלן אויך קריסטן מוזן מודה זיין, אז דעמאלט איז דער משיח נישט געקומען — דאס איז געווען די צייט פון גלות־בבל.
פּאולוס האט אויסגעזוכט אויך אין דער תלמוד'ישער אגדתא אפּאר אומקלארע פראזעס, וואס לויט זיין מיינונג זענען זיי מרמז דערויף, אז משיח איז שוין געקומען. פּאולוס האט געברענגט דער מדרש איכה, וואס זאגט אז אין דעם טאג פון דער חורבן בית המקדש האט אן אראבער געזאגט פאר א איד אז יעצט איז משיח געבוירן געווארן[2]. דערויף האט דער רמב"ן געענטפערט אז באמת גלייבט ער נישט אין דעם אגדה, און מעגליך אז עס האט אן אנדערע טיפערע ערקלערונג. אבער אויב ער וועט זי אפילו אננעמען פשוט ווי עס שטייט געשריבן, שטייט בלויז אז משיח איז געבוירן דעמאלט, עס שטייט נישט אז ער איז שוין געקומען, און דאס איז גאר א באווייז אז דער יוזל איז נישט דער משיח, ווארום ער איז דאך געבוירן און גע'הרג'עט געווארן אסאך יארן פאר'ן חורבן.
שפעטער האט פאולוס זיך ווידער אנגעכאפט אין די חז"ל. עס שטייט, זאגט ער, אין תלמוד בפירוש אז ר' יהושע בן לוי האט געפרעגט ביי אליהו הנביא ווען משיח וועט קומען און ער האט אים געענטפערט פרעג ביי משיח'ן אליין. "וואו איז ער דען?" האט ר' יהושע געפרעגט. "אין רוים, צווישן די חולים" – האט אים אליהו הנביא געענטפערט. ר' יהושע איז אוועק קיין רוים און אים געפרעגט. אלזא, האט גע'טענה'ט פאולוס, איז דאך ווידער א באווייז אז משיח איז יא געקומען און ער זיצט איז רוים. האט אים דערויף געענטפערט דער רמב"ן, אז טאקע דערפון איז א ראיה אז משיח איז נאך נישט געקומען; ר' יהושע האט אים דאך געפרעגט ווען משיח וועט קומען – הייסט עס אז ער דארף ערשט קומען.
צווייטער טאג
דעם צווייטן טאג איז דער ויכוח אפגעראכטן געווארן אין זייער קלויסטער (וואו עס שטייט היינט א קאטעדראלע)[3], וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען דער גאנצער שטאט, אידן און גוים, און דער בישאף מיט די מינאריטן און פראנציסקאנער (פארשידענע קריסטליכע שטרעמונגען) חכמים. דער משומד האט ווייטער געברענגט ראיות פון מדרשים, און דער רמב"ן האט געגעבן א גאנצע ערקלערונג וויאזוי צו פארשטיין מדרשים פון חז"ל, טענה'נדיג אז מדרש און אגדתא איז נישט קיין חיוב צו גלייב.
בכדי צו מאכן א סוף צו די פּוסטע פּלוגתות וועגן אזוי אדער אנדערש איינטייטשן א פּסוק אדער א מאמר פון תלמוד, האט דער רמב"ן ערקלערט דעם קעניג, אז דער תוך פון דער מחלוקת צווישן אידישקייט און קריסטנטום איז נישט אין דער דאָגמע וועגן משיח, נאר: "וועגן דעם מהות פון דער ג-טליכקייט זאגט איר עפּעס אזוינס זייער ביטער. דו, מיין האר, ביסט א קריסט, זון פון א קריסט, דיין גאנץ לעבן הערסטו די רייד פון דיינע גלחים, וועלכע האבן אנגעפילט דיין מוח און די מארעך פון דיינע ביינער. נאר דער שׂכל קען נישט תופס זיין, און עס איז קעגן דער נאטור, דער געדאנק אז דער באשעפער פון הימל און פון דער ערד גייט אריבער אין דער טראַכט פון א אידענע, איז דערנאך געבוירן געווארן, אויסגעוואקסן, געווארן איבערגעגעבן אין די הענט פון זיינע שׂונאים, פאר'משפּט צום טויט און געטייט, און נאך דעם איז ער אויפגעשטאנען תּחית־המתים און האט זיך אומגעקערט צו זיין ערשטער אָרט. אזא פאָרשטעלונג איז נישט סובל דעם שכל פון א אידן אדער בכלל פון א מענטשן. און ארויסגעווארפן זענען אלע אייערע רייד, וואָרעם דערין איז דער תוך פון אונזער מחלוקת".
ווייטער האט דער רמב"ן געזאגט אז עס איז נישט מקוים געווארן ביי אים גארנישט וואס עס שטייט אין די נביאים אויף משיח. דער רמב"ן האט זיך מיט גריגשעצונג באצויגן צו דעם שיקזאל פון יאשקע וואס איז געווען פארפאלגט אין זיין אייגן לעבן און זיך באהאלטן פון זיינע פארפאלגער, בשעת די נביאים האבן געזאגט אז משיח וועט הערשן אויף די גאנצע וועלט. רוים, וואס איז געווען א מעכטיגע אימפעריע איידער יאשקע האט געלעבט, האט אנגעהויבן אונטערגיין נאכן אדאפּטירן קריסטנטום, "און איצט, האבן די דינער פון מוכאמאד א גרעסערע ממשלה ווי זיי."
דער נביא זאגט אז די פעלקער וועלן איבערשמידן זייערע שווערדן צו אקער-אייזנס און וועלן מער נישט לערנען זיך פירן מלחמה[4], און "פון די צייט פון יאָשקע ביז היינט איז די וועלט פיל מיט געוואלד און אומרעכט, און די קריסטן פארגיסן בלוט מער ווי די אנדערע פעלקער".
דער דריטער טאג
אינעם דריטן טאג האט פול געזאגט אז ער וועט ברענגען א ראיה פון דער גרעסטער חכם ביי אידן אין די לעצטע פיר הונדערט יאר, דאס איז "מייסטער משה פון עגיפטן", אז משיח וועט שטארבן. ער האט געבעטן א רמב"ם ספר שופטים, געזוכט דערין, אבער נישט געטראפן. דער רמב"ן האט גענומען פון אים דעם ספר און אנגעהויבן פארליינען וואס דער רמב"ם שרייבט[5]: דער מלך המשיח וועט אויפשטיין פאר די אידן און בויען דעם בית המקדש און צוזאמקלייבן די פארווארפענע אידן. ביז דער משומד האט אנגעהויבן שרייען אז דער רמב"ם זאגט ליגנט. האט דער רמב"ן חוזק געמאכט: האסט דאך פריער געזאגט אז ער איז דער גרעסטער חכם!. דער רמב"ן האט דאן געזאגט אז ער קען אויפווייזן פון דער תורה און נביאים אז יעדעס ווארט וואס דער רמב"ם שרייבט איז אמת. למעשה האט דער רמב"ם געשריבן אויף אן אנדערן ארט, אין אגרת תחיית המתים, אז דער משיח וועט שטארבן, נאר דער משומד האט דאס נישט געוואוסט[6]
דער פערטער טאג
אנהייב פונעם פערטן טאג האט דער רמב"ן געבעטן דעם קעניג זאל אים באפרייען פונעם ויכוח, ווייל די אידן ציטערן פאר די קריסטן, וועלכע ווערן מער און מער אויפגעברויזט פון טאג צו טאג. אבער דער קעניג האט אים געבעטן פארצוזעצן.
דער רמב"ן האט אטאקירט די גאנצע באגריף פון די קאמבינאציע פון מענטשליכע און געטליכע אייגנשאפטן אין יאָשקע וואס דער קעניג און דער משומד האבן פרובירט צו דעמאנסטרירן פון פילע ביבלישע און תלמודישע מקורות. דער רמב"ן האט אבער איבערגעדרייט די ראיות, אויפווייזנדיג פון די זעלבע שטיקלעך אנטקעגן די פּאָסטולאטן פון קריסטן און האט געוויזן, אז די נביאים האבן באטראכט דעם צוקונפטיגן משיח ווי א מענטש פון פלייש און בלוט, אָן אים צושרייבן געטליכע אייגנשאפטן.
צום שלוס
די ויכוח האט זיך קיינמאל פארמאל געשלאסן, נאר האט אונטערגעבראכן. לויטן לאטיינישן פראטאקאל פון די פארהאנדלונגען, האט זיך די ויכוח געענדיגט, ווייל דער רמב"ן איז פריצייטיג אנטלאפן פון שטאט. אין פאקט, אבער, איז ער געבליבן אין בארצעלאנע פאר איבער א וואך נאך די ויכוח איז געבראכן געווארן צו זיין אנוועזנד אין שול אויף דעם קומענדיגן שבת ווען א דער קעניג און די גלחים האבן געפלאנט צו קומען באזוכן אין שול[7]. דער קעניג איז טאקע געקומען באזוכן די אידישע געמיינדע אין דער "סינאגאגע מאַיאָר" פון בארצעלאנא (העב'), איינע פון די עלטסטע שולן אין אייראפּע, וואו ער האט געהאלטן א דרשה, אַן אומדערהערטע זאך אין די מיטלאלטער[8]. ער האט דאן געפרעדיגט אז יאשקע איז משיח, ווערטער וואס דער רמב"ן האט שארף אפגעוואנדן[א].
דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט.
נאכווירקונגען
דער גרויסער דיספוט איבער'ן קריסטנטום, אויף וועלכן פאולוס קריסטיאנוס און די קאטוילישע גייסטליכע האבן געלייגט פיל האפענונגען, האט זיך געענדיגט מיט'ן נצחון פון רמב"ן. דער קעניג איז געבליבן טאלעראנט און פריינדליך צו אידן. פאולוס האט זיך געפילט שטארק נידערגעשלאגן, אבער ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן. פארקערט, די דאזיגע מפלה, אין דער נעגענווארט פון אלע גלחים, קעניג און אדעללייט, האט נאך פארשטארקט אין אים זיין עקשנות ווייטער אנצופירן אזעלכע דיספוטן, כדי צו ברענגען אידישע נפשות אונטער די פליגלען פון דער קריסטליכער קירך. ער האט ביי זיך גערעכנט, אז אויב אים איז נישט געלונגען צו באזיגן אזא גאון ווי דער רמב"ן, וועלכער האט אויף יעדער שאלה געהאט תיכף א גוטן תירוץ, וועט אים אבער געלונגען צו באזיגן די אנדערע.
פאולוס האט דעריבער אונטערגענומען א רייזע איבער אידישע שטעט און שטעטלעך, וואו ער האט געהאט איינגעארדענט ויכוחים מיט די רעליגיעזע פארשטייער פון די אידישע קהלות. עס איז אים אבער נישט געגאנגען אזוי ווי ער האט געהאט ערווארט. נישט בלויז דעם רמב"ן האט ער נישט געקענט באזיגן, נאר ער האט אויך נישט געקענט באזיגן קלענערע רבנים.
איינזעענדיג אז דער דאזיגער וועג איז נישט קיין געלונגענער, האט פאולוס פלוצלינג נעביטן דעם פראנט. אנשטאט וואס ער האט ביז-איצט פרובירט אנווענדן זיינע כוחות צו ברענגען ראיות פון תלמוד אויף צו שטארקן די קריסטליכע אמונה, האט ער זיך איצט אוועקגעלאזט אין די וועגן פון משומד ניקאָלאי דאָנין אין צפון-פראנקרייך. ער איז אוועק צום פויפסט קלעמענטי דעם פערטן און האט אים דערציילט, אז דער תלמוד איז פול מיט זלזולים אויפ'ן קריסטנטום און אז ס'מוז געטאן ווערן עפעס אזוינס, וואס זאל מאכן א סוף צו די דאזיגע קריסטליך-באליידיגנדע ווערק. דער פויפסט האט דעריבער – אין יאר 1264 – פארארדנט דעם בישאף פון אראגאניען אז מען זאל תיכף צונויפזאמלען אלע ש"ס'ן וואס געפינען זיך, און איבערגעבן צו דער צענזור פון די דאמיניקאנער און פראנציסקאנער גלחים, און אויב זיי וועלן געפינען אז דארט געפינען זיך באמת באליידיגנדע זאכן קעגן קריסטנטום, זאל מען זיי פארברענען אינמיטן גאס. אויך דער קעניג יאקאב האט ארויסגעלאזט א פארארדנונג אז מען זאל דעם תלמוד צענזורירן און אויסמעקן די ערטער וואס זענען קעגן דער קריסטליכער קירך.
חוץ דעם האבן די דאמיניקאנישע גלחים נישט אויפגעהערט צו פארשפרייטן צווישן פאלק מעשיות, אז פאולוס האט באזיגט אלע גרויסע רבנים אין שפאניען און אפילו דעם גרעסטן פון אלע רבנים – דעם רמב"ן. דער רמב"ן האט נישט געקענט פארשווייגן אזעלכע שקרים, מיט וועלכע די קריסטליכע גלחים האבן פרובירט אפשוואכן די אידישע אמונה צווישן די אידישע מאסן. מחמת-דעם האט דער רמב"ן געפונען פאר נויטיג אנצושרייבן די גאנצע געשיכטע פון דעם וויכוח פון אנהויב ביזן סוף אין זיין ספר מלחמת חובה. ווען דער ספר איז פארטיג געווארן האט ער איין קאפיע אוועקגעשיקט צום בישאף פון געראנא און פיל קאפיעס האט ער פונאנדערגעשיקט אין די אידישע קהלות, זיי זאלן וויסן דעם אינהאלט פון וויכוח און ווער עס איז באמת באזיגט געווארן.
ווען ריימאנד דע פעניאפארפע און פאולוס קריסטיאנוס האבן זיך דערפון דערוואוסט, זענען זיי געווען העכסט אויפגעבראכט, און אנגעקלאגט דעם רמב"ן ביים קעניג, אנווייזנדיג אז ער האט אנגעשריבן א ספר פול מיט באליידיגונגען אויפ'ן קריסטנטום. דער קעניג איז, נאטירליך, געווען געצוואונגען צו ערפילן די פאדערונג פון די גלחים, אבער אזוי ווי ער האט זיך אויף דעם יושר פון די דאמיניקאנער נישט געוואלט פארלאזן, האט ער באשטימט א טריבונאל פון אנדערע גלחים און שופטים, צווישן וועלכע ס'איז אויך געווען דער בישאף פון בארצעלאנא, און מען האט גערופן דעם רמב"ן צום טריבונאל זיך צו פארטיידיגן קעגן די אנקלאגעס פון די דאמיניקאנער.
דער רמב"ן האט, ווי שטענדיג, פארטיידיגט דעם כבוד פון דער אידישער תורה מיט מוט און מיט ווירדע. דער רמב"ן האט ערקלערט פאר'ן טריבונאל, אז ס'איז אומזיסט צו מאכן פון דעם א געפילדער, ווייל אין זיין ספר איז נישטא קיין איין ווארט מער ווי דאס וואס ער האט געזאגט בעת דעם עפנטליכן דיספוט מיט'ן משומד פאולוס קריסטיאנוס אין דער געגנווארט פון קעניג, און דאן איז דאך אים פון קעניג, ווי אויך פון אלעמען, געגעבן געווארן די ערלויבעניש צו רעדן וועגן קריסטנטום וואס ער וויל.
דער קעניג בהסכם מיטץ טריבונאל האט ארויסגעגעבן א פסק-דין, וואס זאל צופרידנשטעלן ביידע צדדים. פון איין זייט האט דער טריבונאל געגעבן גערעכט דעם רמב"ן, אנווייזנדיג אז ער האט געהאט דאס פולע רעכט אנצושרייבן דאס וואס ער האט געהאט געזאגט עפנטליך פאר א גרויסן עולם. פון דער אנדערער זייט אבער האט דער טריבונאל פרובירט באפרידיגן די בלוטדורשטיגע אפעטיטן פון די הייליגע דאמיניקאנער און פאולוס קריסטיאנוס. מחמת דעם איז באשלאסן געווארן, אז דער רמב"ן מוז פארלאזן דאס לאנד אויף צוויי יאר צייט און זיין ספר זאל פארברענט ווערן. עס האט געהייסן, אז הגם דער רמב"ן איז אין פרינציפ געווען בארעכטיגט צו דערציילן די אידן וואס אזוינס ער האט געזאגט בעת זיין וויכוח, איז אבער דער ספר דאך א שטיק באליידיגונג פאר די געפילן פון טרייע קריסטן.
די דאמיניקאנער זענען פון דעם פסק נישט געווען צופרידן. עס איז געווען פאר זיי צו מילד. זיי האבן דעריבער זיך געקליבן צו משפט'ן דעם רמב"ן נאכאמאל דורך זייער אייגענעם טריבונאל וועלכער האט אים געקענט פאר'משפט'ן צום טויט. דער קעניג יאקאב האט זיך אבער אנטקעגנגעשטעלט זייער שארף קעגן אט דעם דאזיגן פראיעקט. ער האט דעריבער געגעבן דעם רמב"ן אזא מין דאקומענט אין וועלכן עס איז געזאגט געווארן אז ער קען פראצעסירט און באשולדיגט ווערן בנוגע דעם ענין פון זיין ספר בלויז אין דער אנוועזנהייט פון קעניג. דאס האט די דאמיניקאנער שטארק פארדראסן, און זיי האבן דעריבער אפעלירט צום פויפסט קלעמענטי דעם 4-טן, זיך באקלאגענדיג דערויף וואס דער קעניג האט געלאזט אומבאשטראפט דעם רמב"ן. דער פויפסט, וועלכער איז בכלל נישט געווען אין גוטע באציאונגען מיט'ן קעניג, האט אים אנגעשריבן זייער א שארפן בריוו, אין וועלכן ער האט אויסגערעכנט אלע זיינע שרעקליכע חטאים וואס ער איז באגאנגען מיט זיינע מילדע באציאונגען צו אידן, און אים אנגעוויזן, אז פון איצט-אן זאל ער זיך נעמען צו די אידן אביסל שטרענגער. צי דער קעניג האט אויסגעפירט אלע געבאטן פון פויפסט איז נישט באקאנט, אבער איינס ווייסט מען אז דער רמב"ן האט געמוזט פארלאזן דאס לאנד.
דער רמב"ן האט דאן באשלאסן צו פארן קיין ארץ-ישראל, אין דעם לאנד צו וועלכן ער האט סיי ווי אזוי שטארק געבענקט. סוף זומער 1267 האט ער זיך אוועקגעלאזט אויף זיין נסיעה און איז אנגעקומען קיין עכו, וועלכע איז נאך דאן געלעגן אין די הענט פון די קריסטן, און פון דארט איז ער ניין טעג אין חודש אלול אוועק קיין ירושלים .
דער ויכוח האט געהאט ווייטגרייכנדע קאנסעקווענסן. צווישן דעם 26טן און 29טן אויגוסט 1263, האט דזשעימס דער ערשטער באפוילן ארויסצונעמען פון דער גמרא די שטיקלעך וואס זענען געווארן באטראכט אלס באליידיגנד. דאס נישט צו טון איז געווארן באשטראפט מיט א קנס, און ספרים וואס זענען נישט געווארן צענזורירט ווי פארלאנגט זענען געווארן פארברענט. אויך די משנה תורה פון רמב"ם איז פאר'משפט געווארן צו ווערן פארברענט צוליב די רעפערענצן צום אותו האיש אין הלכות מלכים[1].
דער בישאף פון געראנא האט שפעטער ערהאלטן א קאפּיע פון רמב"ן'ס שילדערונג פונעם ויכוח. פילייכט דורך זיין פארמיטלונג, זענען דאן אין יאר 1265 איינגעלייטעט געווארן פארהאנדלונגען קעגן רמב"ן פארנט פון דער אינקוויזיציע געריכט, אויף דער באשולדיגונג אז ער האט געלעסטערט יאשקע. דזשעימס'ס פלאן אים צו פאראורטיילן צו צוויי יאר חרם און צו פארדאמען זיין חיבור אויף די ויכוח צו ווערן פארברענט, האט קלאר נישט באפרידיגט די דאמיניקאנער. ער האט דעריבער באפוילן די קעיס צו פארהאנלען פאר אים פערזענליך, פלאנענדיג עס צו פארציען ביז דער פאנאטיזם וועט נאכלאזן[1].
די קריגערישע קריסטליכע רעליגיעזע גרופעס האבן געדינט ווי דער אינסטרומענט פון דער קירכע אין איר קריג קעגן אידישקייט. אויף דער בקשה פון די מאנאכן האט דער פּויפּסט קלעמענט דער פערטער באפוילן דעם ארכיבישאף פון טאַראַגאָנאַ צו זאמלען אלע די אידישע ביכער אין די מלכות פון אַראַגאָן און זיי איבערגעבן פאר די דאָמיניקאַנער און פראַנציסקאַנער צו דורכקוקן; פאולוס קריסטיאני איז רעקאמענדירט געווארן אלס א טראסטבארער און פעאיגער געהילף פאר דעם אויפגאבע[1].
אין שפעטערדיגע ויכוחים ווי וויכוח טאראטאסע, איז ציטירט געווארן טענות פון דעם וויכוח.
רמב"ן'ס שיטה אויף אגדה
איינע פון די אפּענטפערס פונעם רמב"ן אויף די מדרשים און אגדות וואס קריסטיאני האט געברענגט, איז געווען צו שטעלן אין פראגע דעם עצם יסוד אויף וואס פאולוס שטייט, און זאגן אז ער גלייבט נישט אין די ווערטער פון אגדות חז"ל, און זעט נישט אין דעם קיין חסרון. אזא דעה, וועלכע מאכט אוועק דאס פארפליכטונג צו די אגדות חז"ל, געפינט זיך שוין אין די גאונים, אין רמב"ם און אנדערע, אבער לויט די ווערטער פון רמב"ן אין פילע ערטער, איז אביסל שווער צו זאגן אז דאס איז טאקע זיין מיינונג.
געוויסע געלערנטע האבן געהאלטן, אז דער רמב"ן'ס באהויפּטונג איז געווען ריין פּאליטיש, פארגעלייגט אין א ויכוח וואס איז אויף אים ארויפגעצווינגען געווארן, אזוי אז ער האט אפילו געמוזט ניצן ארגומענטן אין וואס ער האט נישט געגלויבט, צו בייקומען די קריסטליכע אטאקעס[10]. אנדערע געלערנטע, ווי סעסיל ראטה און ראבערט חזן, האבן אויסגעדריקט א מער מעסיגע מיינונג. שאַוועל, ה' מאַקאָבי און ב' סעפטימוס האבן פארגעשלאגן, אז דער רמב"ן'ס מיינונג איז אינגאנצן פעליג מיט א גוט־באגרינדעטער טראדיציע פון די גאונים[11]. מארווין פאקס טענה'ט, אז דער דאזיגער שטעלונג איז באזירט אויף א גאנצער אומפארשטענדעניש פון רמב"ן'ס מיינונגען און גלויבן, ווי זיי געפינען זיך אזוי קלאר דורכאויס זיין פירוש אויף דער תורה, און אז דער רמב"ן'ס מיינונג גייט נאך א אידישע טראדיציע וואס, כאטש ער גיט פולן רעספּעקט צו די מדרשים, אנערקענט ער זיי נישט אלס אונבאדינגט בינדנד, און ערקלערט אז דער הויפּט שטרייט-פּונקט צווישן אידנטום און קריסטנטום איז נישט אפהענגיג אויף גלייבן אין משיח[12].
ביבליאגראפיע
- ויכוח הרמב"ן, אויף "דעת"
- ראובן מרגלית, וכוח הרמב"ן, לעמבערג, תרפ"ט, עמ' 16-18, אויף היברובוקס
- שמעון דובנאוו, די וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק 5, ווילנע, תרצ"ח, עמ' 83-90
- יצחק בער, "לבקורת הוויכוחים של ר' יחיאל מפאריש ושל ר' משה בן נחמן", תרביץ ב, טבת תרצ"א, עמ' 172-187, JSTOR 23579399
- Martin A. Cohen, "Reflections on the Text and Context of the Disputation of Barcelona", Hebrew Union College Annual 35, 1964, עמ' 157-192, JSTOR 23506616
- חיים הלל בן־ששון, "רבי משה בן נחמן: איש בסבכי תקופתו", מולד א (כד), תשכ"ח, עמ' 363-365
דרויסנדיגע לינקס
- דער רמב"ן'ס באריכט, און די לאטיינישע באריכט, ביידע איבערגעזעצט אין ענגליש
- "וויכוח הרמב"ן", שמואל פוקס, אויף אידיש24
- The Disputation, א שפּיל
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 Haim Beinart, "Barcelona, Disputation of", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ איכה רבה, פרשה א', פסקה נ"א.
- ↑ יעקב מאור, ויכוח ברצלונה בימי הרמב"ן, ותוליכנו לשלום וועבזייטל.
- ↑ ישעיה ב, ד.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות מלכים ומלחמות, פרק י"א.
- ↑ ויכוח הרמב"ן מהדורת שעוועל תחילת היום השלישי ובהגהות.
- ↑ ויכוח הרמב"ן, סיום.
- ↑ Wein, Berel (1993). Herald of Destiny: The story of the Jews in the Medieval Era 750–1650. Shaar Press. p. 171. ISBN 9781422615096
- ↑ [עודד ישראלי, "מדרשת 'תורת ה' תמימה' לפירוש התורה: אבני דרך ביצירתו של הרמב"ן", תרביץ – רבעון למדעי היהדות, שנה פג, חוברת א-ב (תשע"ה)
- ↑ הרב מרדכי עליאשבערג, שביל הזהב עמ' 27; יצחק בער להלן; חיים הלל בן ששון, מולד
- ↑ זעט יהושע הורוביץ, יחס הגאונים לאגדה, מחניים, סיוון תשנ"ד, עמ' 122-129, אויף "דעת"
- ↑ זעט: ארי יצחק שבט, תוקפם המחייב של מדרשי חז"ל: גישתו של הרמב"ן לאור הוויכוח בברצלונה, צוהר יא (קיץ, תשס"ב), עמ' 49-68, אויף "דעת"; ירמיהו מלחי היבטיו ההיסטוריים והתאולוגיים של ויכוח הרמב"ן בברצלונה והיחס המשתקף ממנו על תוקפם של מדרשי חז"ל שאנן שנתון המכללה הדתית לחינוך, חיפה, 13, 2008, עמ' 127–135; שלם יהלום, ויכוח ברצלונה ומעמד האגדה במשנת רמב"ן, ציון 69 (1) 25-43; אורה לימור, "בארמון בברצלונה ובשוק במיורקה – לקראת טיפולוגיה חדשה של ויכוחי הדת בימי הביניים", פעמים 94–95, חורף-אביב תשס"ג.
