באַניצער:יצחק/ויכוח הרמב"ן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון יצחק.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון יצחק.
אילוסטראציע פונעם ויכוח, אינעם אנו - מוזעאום פון אידישן פאלק
מאלעריי פון רמב"ן

דער ויכוח הרמב"ן, (אויך באוואוסט אלס ויכוח בארצעלאנע), איז געווען א פארמאלע דעבאטע צווישן דער רמב"ן, א פירנדער ראשון, פילאזאף, דאקטער, מקובל און מפרש התנ"ך, און דער דאמיניקאנער מאָנאַך פּאַבלאָ (פּאולוס) קריסטיאני, א משומד וועם דער רמב"ן רופט "פראי פול". עס איז פארגעקומען אין קעניגליכן פאלאץ פון דזשעימס (חיימע) דער ערשטער, קעניג פון אַראַגאָן (היסטארישער געביט אין שפאניע) אין אנוועזנהייט פונעם קעניג, זיין הויף, און פילע פּראמינענטע קירכליכע מכובדים און ריטער.

די דעבאטע איז אפגעהאלטן געווארן במשך 4 טעג אין יולי 1263 (ה'כ"ג) אין שטאט בארצעלאנע אין קאטאלאניע, און עס האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר'ן רמב"ן. אבער שפעטער האט דער רמב"ן צוליב דעם געדארפט אנטלויפן פון שפאניע און ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל.

הינטערגרונד

צו יענער צייט פלעגט דער אידישער משומד פּאולוס קריסטיאנוס ארומפארן איבער די אידישע שטעט אין דרום־פראנקרייך כדי צו כאפן נפשות פאר דער דאמיניקאנער קירך, און געפּרעדיגט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד. ער האט אבער מיט די אלע דרשות נישט געהאט קיין ערפאלג. דאן האט דער דאמיניקאנער גייסטליכער רעימאָנד דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב פון אראגאן. עס האט געהייסן אז פון דעם קריסטליכן צד וועט רעדן דער משומד פאולוס קריסטיאנוס, און פון דעם אידישן צד – דער רמב"ן.

קריסטיאנוס האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן.

דער ויכוח

דער זאַל אין פאלאו רעיאל מעזשאו פאלאץ, וואו דער ויכוח איז אפגעהאלטן געווארן

צווישן די קריסטליכע דיספּוטאנטן זענען געווען רעימאנד מארטיני, ארנאלד דע סעגארא, און נאך גלחים אין שפיץ פון רעימאנד דע-פעניאפארט. דער איינציגער פאָרשטייער פאר דער אידישער זייט איז געווען דער רמב"ן. די פיר סעסיעס פונעם ויכוח זענען פארגעקומען יולי 20, 27, 30 און 31, 1263 (לויט אן אנדער רעכענונג, יולי 20, 23, 26 און 27)[1].

צוויי שילדערונגען וועגן דער ויכוח, איינס אויף לשון-קודש געשריבן דורכ'ן רמב"ן און א קורצערע אויף לאטיין, זענען די הויפט קוואלן פאר דער געשיכטע פון ​​דעם וויכטיגן עפּיזאד אין אידיש-קריסטליכן פאלעמיק. לויט ביידע מקורות, זענען די איניציאטיוו פון דער ויכוח און איר אגענדע געשטעלט געווארן דורך די קריסטליכע זייט, כאטש דער רמב"ן'ס שילדערונג לאזט שפירן א שטערקערע באטייליגונג פון רמב"ן אין פינאליזירן די פונקטן צו ווערן דיסקוסירט[1].

ערשטער טאג

דער רמב"ן האט פארלאנגט אז מען זאל אים לאזן רעדן פריי. דערויף האט פאולוס געענטפערט אז ער זאל נישט באליידיגן די קריסטליכע אמונה. דער רמב"ן האט גע'טענה'ט אז אויב דער גלח וועט זיין פריי צו רעדן וועגן אידנטום מוז ער, דער רמב"ן, אויך זיין פריי צו רעדן וועגן קריסטנטום. נאטירליך, וועט ער אליין נישט רעדן קיין באליידיגנדע זאכן, אבער די פרייהייט צו רעדן מוז מען אים געבן. יעדער האט מסכים געווען, אבער במשך דער דעבאטע האט דער רמב"ן בלויז געמעגט ענטפערן וואס מען פרעגט אים, און נישט שטעלן קעגן-פראגעס צו זיין קעגנער.

באזירנדיג זיך אויף דברי חז"ל אין אלגעמיין און בפרט אויף אגדתא גמרות און מדרשים, האט קריסטיאני געזוכט צו אויפווייזן דריי פּונקטן: אז דער משיח איז שוין ערשינען; אז ער איז געווען "גלייכצייטיג מענטשליך און געטליך", און איז געשטארבן צו פארצייען אויף די זינד פון מענטשהייט; און אז דערפאר זענען די מצוות פון אידישקייט מער נישט גילטיג.

דאן האט פּאולוס דערקלערט אז ער וועט אויפווייזן פון דער גמרא אז משיח איז שוין געקומען (און דעריבער מוזן זיי האבן געגלויבט אז דער משיח איז ישו). דערויף האט דער רמב"ן אים גלייך געענטפערט אז לויט ווי עס איז באקאנט האט דער יוזל געלעבט און איז געקרייציגט געווארן אין דער צייט פון פאר'ן חורבן בית שני. "די חכמי התלמוד, און באזונדערס די אמוראים, האבן געלעבט א פאר הונדערט יאר נאכ'ן חורבן. היינט, אויב זיי וואלטן געגלויבט אז דער יוזל איז משיח, פארוואס זענען זיי געבליבן אידן, און זיך נישט געטויפט צו קריסטנטום אזויווי פּאולוס האט געטון? נאכמער, זיי האבן באשאפן דעם תלמוד און באשריבן דווקא יענע מצוות וועלכע זיי אליין האבן געהיט, און מיר היטן זיי אפ ביז היינטיגן טאג, כדי מיר זאלן וויסן די דינים און מנהגים ווי מען האט זיך נוהג געווען ביי אידן זינט משה רבנו ע"ה." "פראַי פּול פארשטייט באשיימפּערליך בעסער דעם תלמוד ווי די בעלי־התלמוד גופא", האט דער רמב"ן איראניש באמערקט.

אויף צו אויפווייזן זיין ערשטן טעזיס האט כריסטיאַני געברענגט דעם פּסוק "לא יסור שבט מיהודה… עד כי יבא שילה", וואס ער האט עס געטייטשט אזוי: "פון יהודה'ן וועט נישט אפּגעטון ווערן דער מלוכה־צעפּטער, ביז עס וועט קומען דער משיח", און האט ווייטער גע'טענה'ט אזוי: דער צעפּטער איז דאך שוין פון לאנג אוועק פון אידן, איר האט נישט קיין מלך, נישט קיין מלוכה, אידן האבן דאס אנגעווארן גראד דעמאלט, ווען קריסטוס איז געקומען. דערויף האט דער רמב"ן געענטפערט: עס איז געווען נאך א צייט, ווען אידן האבן צייטווייליג געהאט אנגעווארן זייער מלוכה, און פארט וועלן אויך קריסטן מוזן מודה זיין, אז דעמאלט איז דער משיח נישט געקומען — דאס איז געווען די צייט פון גלות־בבל.

פּאולוס האט אויסגעזוכט אויך אין דער תלמוד'ישער אגדתא אפּאר אומקלארע פראזעס, וואס לויט זיין מיינונג זענען זיי מרמז דערויף, אז משיח איז שוין געקומען. פּאולוס האט געברענגט דער מדרש איכה, וואס זאגט אז אין דעם טאג פון דער חורבן בית המקדש האט אן אראבער געזאגט פאר א איד אז יעצט איז משיח געבוירן געווארן[2]. דערויף האט דער רמב"ן געענטפערט אז באמת גלייבט ער נישט אין דעם אגדה, און מעגליך אז עס האט אן אנדערע טיפערע ערקלערונג. אבער אויב ער וועט זי אפילו אננעמען פשוט ווי עס שטייט געשריבן, שטייט בלויז אז משיח איז געבוירן דעמאלט, עס שטייט נישט אז ער איז שוין געקומען, און דאס איז גאר א באווייז אז דער יוזל איז נישט דער משיח, ווארום ער איז דאך געבוירן און גע'הרג'עט געווארן אסאך יארן פאר'ן חורבן.

שפעטער האט פאולוס זיך ווידער אנגעכאפט אין די חז"ל. עס שטייט, זאגט ער, אין תלמוד בפירוש אז ר' יהושע בן לוי האט געפרעגט ביי אליהו הנביא ווען משיח וועט קומען און ער האט אים געענטפערט פרעג ביי משיח'ן אליין. "וואו איז ער דען?" האט ר' יהושע געפרעגט. "אין רוים, צווישן די חולים" – האט אים אליהו הנביא געענטפערט. ר' יהושע איז אוועק קיין רוים און אים געפרעגט. אלזא, האט גע'טענה'ט פאולוס, איז דאך ווידער א באווייז אז משיח איז יא געקומען און ער זיצט איז רוים. האט אים דערויף געענטפערט דער רמב"ן, אז טאקע דערפון איז א ראיה אז משיח איז נאך נישט געקומען; ר' יהושע האט אים דאך געפרעגט ווען משיח וועט קומען – הייסט עס אז ער דארף ערשט קומען.

צווייטער טאג

דעם צווייטן טאג איז דער ויכוח אפגעראכטן געווארן אין זייער קלויסטער, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען דער גאנצער שטאט, אידן און גוים, און דער בישאף מיט די מינאריטן און פראנציסקאנער (פארשידענע קריסטליכע שטרעמונגען) חכמים. דער משומד האט ווייטער געברענגט ראיות פון מדרשים, און דער רמב"ן האט געגעבן א גאנצע ערקלערונג וויאזוי צו פארשטיין מדרשים פון חז"ל, טענה'נדיג אז מדרש און אגדתא איז נישט קיין חיוב צו גלייב.

בכדי צו מאכן א סוף צו די פּוסטע פּלוגתות וועגן אזוי אדער אנדערש איינטייטשן א פּסוק אדער א מאמר פון תלמוד, האט דער רמב"ן ערקלערט דעם קעניג, אז דער תוך פון דער מחלוקת צווישן אידישקייט און קריסטנטום איז נישט אין דער דאָגמע וועגן משיח, נאר: "וועגן דעם מהות פון דער ג-טליכקייט זאגט איר עפּעס אזוינס זייער ביטער. דו, מיין האר, ביסט א קריסט, זון פון א קריסט, דיין גאנץ לעבן הערסטו די רייד פון דיינע גלחים, וועלכע האבן אנגעפילט דיין מוח און די מארעך פון דיינע ביינער. נאר דער שׂכל קען נישט תופס זיין, און עס איז קעגן דער נאטור, דער געדאנק אז דער באשעפער פון הימל און פון דער ערד גייט אריבער אין דער טראַכט פון א אידענע, איז דערנאך געבוירן געווארן, אויסגעוואקסן, געווארן איבערגעגעבן אין די הענט פון זיינע שׂונאים, פאר'משפּט צום טויט און געטייט, און נאך דעם איז ער אויפגעשטאנען תּחית־המתים און האט זיך אומגעקערט צו זיין ערשטער אָרט. אזא פאָרשטעלונג איז נישט סובל דעם שכל פון א אידן אדער בכלל פון א מענטשן. און ארויסגעווארפן זענען אלע אייערע רייד, וואָרעם דערין איז דער תוך פון אונזער מחלוקת".

ווייטער האט דער רמב"ן געזאגט אז עס איז נישט מקוים געווארן ביי אים גארנישט וואס עס שטייט אין די נביאים אויף משיח. דער רמב"ן האט זיך מיט גריגשעצונג באצויגן צו דעם שיקזאל פון יאשקע וואס איז געווען פארפאלגט אין זיין אייגן לעבן און זיך באהאלטן פון זיינע פארפאלגער, בשעת די נביאים האבן געזאגט אז משיח וועט הערשן אויף די גאנצע וועלט. רוים, וואס איז געווען א מעכטיגע אימפעריע איידער יאשקע האט געלעבט, האט אנגעהויבן אונטערגיין נאכן אדאפּטירן קריסטנטום, "און איצט, האבן די דינער פון מוכאמאד א גרעסערע ממשלה ווי זיי."

דער נביא זאגט אז די פעלקער וועלן איבערשמידן זייערע שווערדן צו אקער-אייזנס און וועלן מער נישט לערנען זיך פירן מלחמה[3], און "פון די צייט פון יאָשקע ביז היינט איז די וועלט פיל מיט געוואלד און אומרעכט, און די קריסטן פארגיסן בלוט מער ווי די אנדערע פעלקער".

דער דריטער טאג

אינעם דריטן טאג האט פול געזאגט אז ער וועט ברענגען א ראיה פון דער גרעסטער חכם ביי אידן אין די לעצטע פיר הונדערט יאר, דאס איז "מייסטער משה פון עגיפטן", אז משיח וועט שטארבן. ער האט געבעטן א רמב"ם ספר שופטים, געזוכט דערין, אבער נישט געטראפן. דער רמב"ן האט גענומען פון אים דעם ספר און אנגעהויבן פארליינען וואס דער רמב"ם שרייבט[4]: דער מלך המשיח וועט אויפשטיין פאר די אידן און בויען דעם בית המקדש און צוזאמקלייבן די פארווארפענע אידן. ביז דער משומד האט אנגעהויבן שרייען אז דער רמב"ם זאגט ליגנט. האט דער רמב"ן חוזק געמאכט: האסט דאך פריער געזאגט אז ער איז דער גרעסטער חכם!. דער רמב"ן האט דאן געזאגט אז ער קען אויפווייזן פון דער תורה און נביאים אז יעדעס ווארט וואס דער רמב"ם שרייבט איז אמת.

דער פערטער טאג

אנהייב פונעם פערטן טאג האט דער רמב"ן געבעטן דעם קעניג זאל אים באפרייען פונעם ויכוח, ווייל די אידן ציטערן פאר די קריסטן, וועלכע ווערן מער און מער אויפגעברויזט פון טאג צו טאג. אבער דער קעניג האט אים געבעטן פארצוזעצן.

דער רמב"ן האט אטאקירט די גאנצע באגריף פון די קאמבינאציע פון ​​מענטשליכע און געטליכע אייגנשאפטן אין יאָשקע וואס דער קעניג און דער משומד האבן פרובירט צו דעמאנסטרירן פון פילע ביבלישע און תלמודישע מקורות. דער רמב"ן האט אבער איבערגעדרייט די ראיות, אויפווייזנדיג פון די זעלבע שטיקלעך אנטקעגן די פּאָסטולאטן פון קריסטן און האט געוויזן, אז די נביאים האבן באטראכט דעם צוקונפטיגן משיח ווי א מענטש פון פלייש און בלוט, אָן אים צושרייבן געטליכע אייגנשאפטן.

צום שלוס

די ויכוח האט זיך קיינמאל פארמאל געשלאסן, נאר האט אונטערגעבראכן. לויטן לאטיינישן פראטאקאל פון די פארהאנדלונגען, האט זיך די ויכוח געענדיגט, ווייל דער רמב"ן איז פריצייטיג אנטלאפן פון שטאט. אין פאקט, אבער, איז ער געבליבן אין בארצעלאנע פאר איבער א וואך נאך די ויכוח איז געבראכן געווארן צו זיין אנוועזנד אין שול אויף דעם קומענדיגן שבת ווען א דרשה האט געדארפט ווערן אפגעהאלטן[1]. עס זענען דא וואס זאגן אז דעמאלט האט דער רמב"ן געזאגט די באקאנטע דרשה, גערופן "תורת ה' תמימה"[5]. דער קעניג האָט זיך אויך באַטייליגט אין דער "סינאגאגע מאַיאָר" פון בארצעלאנא (העב'), איינע פון ​​די עלטסטע שולן אין אייראפּע, און האט גערעדט צו די אידישע קהילה, אַן אומדערהערטע זאך אין די מיטלאלטער[6].

דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט.

נאכווירקונגען

שפעטער האט דער רמב"ן געהערט אז די קירכע גייט ארום פארקויפן אז זיי האבן געזיגט אינעם ויכוח, האט ער בלית ברירה אפגעשריבן א טראנסקריפט פונעם ויכוח און עס פארשפרייט.

דער ויכוח האט געהאט ווייטגרייכנדע קאנסעקווענסן. צווישן דעם 26טן און 29טן אויגוסט 1263, האט דזשעימס דער ערשטער באפוילן ארויסצונעמען פון דער גמרא די שטיקלעך וואס זענען געווארן באטראכט אלס באליידיגנד. דאס נישט צו טון איז געווארן באשטראפט מיט א קנס, און ספרים וואס זענען נישט געווארן צענזורירט ווי פארלאנגט זענען געווארן פארברענט. אויך די משנה תורה פון רמב"ם איז פאר'משפט געווארן צו ווערן פארברענט צוליב די רעפערענצן צום אותו האיש אין הלכות מלכים[1].

דער בישאף פון געראנא האט שפעטער ערהאלטן א קאפּיע פון רמב"ן'ס שילדערונג פונעם ויכוח. פילייכט דורך זיין פארמיטלונג, זענען דאן אין יאר 1265 איינגעלייטעט געווארן פארהאנדלונגען קעגן רמב"ן פארנט פון דער אינקוויזיציע געריכט, אויף דער באשולדיגונג אז ער האט געלעסטערט יאשקע. דזשעימס'ס פלאן אים צו פאראורטיילן צו צוויי יאר חרם און צו פארדאמען זיין חיבור אויף די ויכוח צו ווערן פארברענט, האט קלאר נישט באפרידיגט די דאמיניקאנער. ער האט דעריבער באפוילן די קעיס צו פארהאנלען פאר אים פערזענליך, פלאנענדיג עס צו פארציען ביז דער פאנאטיזם וועט נאכלאזן[1].

די קריגערישע קריסטליכע רעליגיעזע גרופעס האבן געדינט ווי דער אינסטרומענט פון ​​דער קירכע אין איר קריג קעגן אידישקייט. אויף דער בקשה פון די מאנאכן האט דער פּויפּסט קלעמענט דער פערטער באפוילן דעם ארכיבישאף פון טאַראַגאָנאַ צו זאמלען אלע די אידישע ביכער אין די מלכות פון אַראַגאָן און זיי איבערגעבן פאר די דאָמיניקאַנער און פראַנציסקאַנער צו דורכקוקן; פאולוס קריסטיאני איז רעקאמענדירט געווארן אלס א טראסטבארער און פעאיגער געהילף פאר דעם אויפגאבע[1].

אין שפעטערדיגע ויכוחים ווי וויכוח טאראטאסע, איז ציטירט געווארן טענות פון דעם וויכוח.

רמב"ן'ס שיטה אויף אגדה

באדייטנדע געלערנטע, ווי יצחק בער, ח"ה בן ששון און מארטין כהן האבן געהאלטן, אז דער רמב"ן'ס ראציאנאליסטישע באהויפּטונג איבער אגדה איז געווען ריין פּאליטיש, פארגעלייגט אין א ויכוח וואס איז אויף אים ארויפגעצווינגען געווארן, אזוי אז ער האט אפילו געמוזט ניצן ארגומענטן אין וואס ער האט נישט געגלויבט, צו בייקומען די קריסטליכע אטאקעס[7]. אנדערע געלערנטע, ווי סעסיל ראטה און ראבערט חזן, האבן אויסגעדריקט א מער מעסיגע מיינונג. שאַוועל, ה' מאַקאָבי און ב' סעפטימוס האבן פארגעשלאגן, אז דער רמב"ן'ס מיינונג איז אינגאנצן פעליג מיט א גוט־באגרינדעטער טראדיציע פון די גאונים[8]. מארווין פאקס טענה'ט, אַז דער דאזיגער שטעלונג איז באזירט אויף א גאנצער אומפארשטענדעניש פון רמב"ן'ס מיינונגען און גלויבן, ווי זיי געפינען זיך אזוי קלאר דורכאויס זיין פירוש אויף דער תורה, און אז דער רמב"ן'ס מיינונג גייט נאך א אידישע טראדיציע וואס, כאטש ער גיט פולן רעספּעקט צו די מדרשים, אנערקענט ער זיי נישט אלס אונבאדינגט בינדנד, און ערקלערט אז דער הויפּט שטרייט-פּונקט צווישן אידנטום און קריסטנטום איז נישט אפהענגיג אויף גלייבן אין משיח.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 Haim Beinart, "Barcelona, Disputation of", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  2. איכה רבה, פרשה א', פסקה נ"א.
  3. ישעיה ב, ד.
  4. משנה תורה לרמב"ם, הלכות מלכים ומלחמות, פרק י"א.
  5. מבוא לדרשת תורת ה' תמימה מוסד הרב קוק.
  6. Wein, Berel (1993). Herald of Destiny: The story of the Jews in the Medieval Era 750–1650. Shaar Press. p. 171. ISBN 9781422615096
  7. הרב מרדכי עליאשבערג, שביל הזהב עמ' 27; יצחק בער להלן; חיים הלל בן ששון, מולד
  8. זעט יהושע הורוביץ, ‏יחס הגאונים לאגדה, מחניים, סיוון תשנ"ד, עמ' 122-129, אויף "דעת"