רבי יעקב כ"ץ פאפרש
| שו"ת שב יעקב חלק א, פרנקפורט תק"ב | |||||
| געבורט | פראג | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| פטירה |
כ"ב שבט ה'ת"ק פראנקפורט | ||||
| טעטיגקייט אָרט | קאבלענץ, פראנקפורט | ||||
| ספרים | שו"ת שב יעקב | ||||
| רבי'ס | רבי אהרן שמעון מפראג, רבי אברהם ברודא | ||||
| בני דורו | רבי יעקב יהושע פלק | ||||
| |||||
רבי יעקב כ"ץ פּאָפּרשׂ (נפטר ה'ת"ק) איז געווען א דייטשער רב און פוסק, דער מחבר פונעם ספר "שב יעקב". ער איז געווען דער רב פון קאבלענץ, טריר, און פראנקפורט, און האט געפירט א גרויסע ישיבה.
ביאגראפיע
רבי יעקב איז געבוירן געווארן אין פראג צו זיין פאטער רבי בנימין הכהן פאפרשׂ, זון פון רבי אברהם יעקב הכהן, רב אין הענא. רבי יעקב האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער און אין פארשידענע ישיבות.
אנהייב איז ער געווען א דיין אין פראג. אין תנ"ז איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין שטאט קאבלענץ, און שפעטער אין טריר, אין דער ריינלאנד געגנט. אין יאר תע"ח האט ער באקומען א פארשלאג צו ווערן רב אין האלבערשטאט, אבער אויפ'ן וועג האט ער אנגענומען דעם רבנות פון פראנקפורט, וואו ער האט איבערגענומען דעם גרויסע ישיבה פון רבי אברהם ברודא.
צווישן זיינע הונדערטער תלמידים[1] זענען געווען רבי יעקב בערלין; רבי יוסף שטיינהארט, רב אין פיורדא; רבי יוסף וואשׂערטרילינג, דיין פון אנסבאך; רבי עקיבא אייגער הראשון; רבי מאיר ברבי; און רבי יעקב'ס יונגערער ברודער רבי אברהם. ער האט געפירט א קארעספאנדענץ מיט די גדולי הדור פון זיין תקופה איבער הלכה'דיגע און אנדערע דאן-אקטועלע פראגעס.
רבי יעקב איז געווען צווישן די רבנים וועלכע האבן ארויפגעלייגט א חרם אויף רבי משה חיים לוצאטו (רמח"ל) אין יאר תפ"ה, צוליב וואס ער האט אויסגעלערנט קבלה, און אויך צוליב א חשד אז ער האלט מיט די שבתי צבי'שע דאקטרינע. נאכ'ן זיין געצוואונגען צו פארלאזן איטאליע איז דער רמח"ל אנגעקומען קיין פראנקפורט, וואו ער איז געשטעלט געווארן פאר'ן בית דין פון רבי יעקב. נאך לאנגע דיסקוסיעס איז ער פארפליכטעט געווארן צו צוזאגן נאכאמאל אז ער וועט נישט אויסלערנען קבלה און נישט זיך באשעפטיגן מיטן דאס לערנען ביז ער ווערט פערציג יאר אלט.
רבי יעקב איז נפטר געווארן מוצאי שבת יתרו, כ"ב שבט ה'ת"ק[2] אין פראנקפורט.
ספרים
רבי יעקב האט פארפאסט דעם ספר "שב יעקב" (פראנקפורט, תק"א-תק"ב), א צוויי-חלקימ'דיגער ספר שאלות ותשובות. א צאל פון זיינע פילע חידושי תורה זענען אריינגענומען געווארן אינעם ספר "מנחת כהן" (פיורדא, תק"א) פון רבי שבתי בן משה, און אין שפעטערע ספרים און קובצים[3].
ביבליאגראפיע
- מרדכי הורוויץ, רבני פרנקפורט, מוסד הרב קוק, תשל"ב, עמ' 84–89, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
דרויסנדיגע לינקס
- שב יעקב, חלק א' פראנקפורט דמיין תק"א; חלק ב' דארט תק"ב, אין די ליובאוויטשער קאלעקציע אויף די רוסישער ביבליאטעק
- יעקב בן בנימין פופרש (1670?-1740), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- ↑ חיד"א אין שם הגדולים שרייבט אז אין זיין ישיבה האבן געלערנט ארום 400 תלמידים.
- ↑ לויט די מציבה, און נישט ווי אין מליצי אש.
- ↑ קובץ, "דרושים על התורה ומועדים", פעמי יעקב יט, תשנ"ב;
"אמת ליעקב – ספר בראשית", ירושתנו ו, תשע"ב, עמ' פו–קיד;
"אמת ליעקב – ספר שמות", ירושתנו ז, תשע"ד, עמ' סב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
"אמת ליעקב – ספר ויקרא", ירושתנו ח, מכון מורשת אשכנז, תשע"ה, עמ' מח (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
"אמת ליעקב – ספר במדבר", ירושתנו ט, מכון מורשת אשכנז, תשע"ו, עמ' נ (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
"אמת ליעקב – ספר דברים", ירושתנו י, מכון מורשת אשכנז, תשע"ט, עמ' נו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).