באַניצער:יצחק/ויכוח הרמב"ן
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
| ||
| דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל | |
דער ויכוח הרמב"ן, (אויך באוואוסט אלס ויכוח בארצעלאנע), איז געווען א פארמאלע דעבאטע צווישן דער רמב"ן, א פירנדער ראשון, פילאזאף, דאקטער, מקובל און מפרש התנ"ך, און דער דאמיניקאנער מאָנאַך פּאַבלאָ (פּאולוס) קריסטיאני, א משומד וועם דער רמב"ן רופט "פראי פול". עס איז פארגעקומען אין קעניגליכן פאלאץ פון דזשעימס (חיימע) דער ערשטער, קעניג פון אַראַגאָן (היסטארישער געביט אין שפאניע) אין אנוועזנהייט פונעם קעניג, זיין הויף, און פילע פּראמינענטע קירכליכע מכובדים און ריטער.
די דעבאטע איז אפגעהאלטן געווארן במשך 4 טעג אין יולי 1263 (ה'כ"ג) אין שטאט בארצעלאנע אין קאטאלאניע, און עס האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר'ן רמב"ן. אבער שפעטער האט דער רמב"ן צוליב דעם געדארפט אנטלויפן פון שפאניע און ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל.
הינטערגרונד
צו יענער צייט פלעגט דער אידישער משומד פּאולוס קריסטיאנוס ארומפארן איבער די אידישע שטעט אין דרום־פראנקרייך כדי צו כאפן נפשות פאר דער דאמיניקאנער קירך, און געפּרעדיגט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד. ער האט אבער מיט די אלע דרשות נישט געהאט קיין ערפאלג. דאן האט דער דאמיניקאנער גייסטליכער רעימאָנד דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב פון אראגאן. עס האט געהייסן אז פון דעם קריסטליכן צד וועט רעדן דער משומד פאולוס קריסטיאנוס, און פון דעם אידישן צד – דער רמב"ן.
קריסטיאנוס האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן.
דער ויכוח
צווישן די קריסטליכע דיספּוטאנטן זענען געווען רעימאנד מארטיני, ארנאלד דע סעגארא, און נאך גלחים אין שפיץ פון רעימאנד דע-פעניאפארט. דער איינציגער פאָרשטייער פאר דער אידישער זייט איז געווען דער רמב"ן. די פיר סעסיעס פונעם ויכוח זענען פארגעקומען יולי 20, 27, 30 און 31, 1263 (לויט אן אנדער רעכענונג, יולי 20, 23, 26 און 27)[1].
צוויי שילדערונגען וועגן דער ויכוח, איינס אויף לשון-קודש געשריבן דורכ'ן רמב"ן און א קורצערע אויף לאטיין, זענען די הויפט קוואלן פאר דער געשיכטע פון דעם וויכטיגן עפּיזאד אין אידיש-קריסטליכן פאלעמיק. לויט ביידע מקורות, זענען די איניציאטיוו פון דער ויכוח און איר אגענדע געשטעלט געווארן דורך די קריסטליכע זייט, כאטש דער רמב"ן'ס שילדערונג לאזט שפירן א שטערקערע באטייליגונג פון רמב"ן אין פינאליזירן די פונקטן צו ווערן דיסקוסירט[1].
דער רמב"ן האט פארלאנגט אז מען זאל אים לאזן רעדן פריי. דערויף האט פאולוס געענטפערט אז ער זאל נישט באליידיגן די קריסטליכע אמונה. דער רמב"ן האט גע'טענה'ט אז אויב דער גלח וועט זיין פריי צו רעדן וועגן אידנטום מוז ער, דער רמב"ן, אויך זיין פריי צו רעדן וועגן קריסטנטום. נאטירליך, וועט ער אליין נישט רעדן קיין באליידיגנדע זאכן, אבער די פרייהייט צו רעדן מוז מען אים געבן. יעדער האט מסכים געווען, אבער במשך דער דעבאטע האט דער רמב"ן בלויז געמעגט ענטפערן וואס מען פרעגט אים, און נישט שטעלן קעגן-פראגעס צו זיין קעגנער.
באזירנדיג זיך אויף דברי חז"ל אין אלגעמיין און בפרט אויף אגדתא גמרות און מדרשים, האט קריסטיאני געזוכט צו אויפווייזן דריי פּונקטן: אז דער משיח איז שוין ערשינען; אז ער איז געווען "גלייכצייטיג מענטשליך און געטליך", און איז געשטארבן צו פארצייען אויף די זינד פון מענטשהייט; און אז דערפאר האבן די מצוות פון אידישקייט מער נישט גילטיג.
איז משיח שוין געקומען
דאן האט פּאולוס דערקלערט אז ער וועט אויפווייזן פון דער גמרא אז משיח איז שוין געקומען (און דעריבער מוזן זיי האבן געגלויבט אז דער משיח איז ישו). דערויף האט דער רמב"ן אים גלייך געענטפערט אז לויט ווי עס איז באקאנט האט דער יוזל געלעבט און איז געקרייציגט געווארן אין דער צייט פון פאר'ן חורבן בית שני. "די חכמי התלמוד, און באזונדערס די אמוראים, האבן געלעבט א פאר הונדערט יאר נאכ'ן חורבן. היינט, אויב זיי וואלטן געגלויבט אז דער יוזל איז משיח, פארוואס זענען זיי געבליבן אידן, און זיך נישט געטויפט צו קריסטנטום אזויווי פּאולוס האט געטון? נאכמער, זיי האבן באשאפן דעם תלמוד און באשריבן דווקא יענע מצוות וועלכע זיי אליין האבן געהיט, און מיר היטן זיי אפ ביז היינטיגן טאג, כדי מיר זאלן וויסן די דינים און מנהגים ווי מען האט זיך נוהג געווען ביי אידן זינט משה רבנו ע"ה." "פראַי פּול פארשטייט באשיימפּערליך בעסער דעם תלמוד ווי די בעלי־התלמוד גופא", האט דער רמב"ן איראניש באמערקט.
אויף צו אויפווייזן זיין ערשטן טעזיס האט כריסטיאַני געברענגט דעם פּסוק "לא יסור שבט מיהודה… עד כּי יבא שילה", וואס ער האט עס געטייטשט אזוי: "פון יהודה'ן וועט נישט אפּגעטון ווערן דער מלוכה־צעפּטער, ביז עס וועט קומען דער משיח", און האט ווייטער גע'טענה'ט אזוי: דער צעפּטער איז דאך שוין פון לאנג אוועק פון אידן, איר האט נישט קיין מלך, נישט קיין מלוכה, אידן האבן דאס אנגעווארן גראד דעמאלט, ווען קריסטוס איז געקומען. דערויף האט דער רמב"ן געענטפערט: עס איז געווען נאך א צייט, ווען אידן האבן צייטווייליג געהאט אנגעווארן זייער מלוכה, און פארט וועלן אויך קריסטן מוזן מודה זיין, אז דעמאלט איז דער משיח נישט געקומען — דאס איז געווען די צייט פון גלות־בבל.
פּאולוס האט אויסגעזוכט אויך אין דער תלמוד'ישער אגדתא אפּאר אומקלארע פראזעס, וואס לויט זיין מיינונג זענען זיי מרמז דערויף, אז משיח איז שוין געקומען. פּאולוס האט געברענגט דער מדרש איכה, וואס זאגט אז אין דעם טאג פון דער חורבן בית המקדש האט אן אראבער געזאגט פאר א איד אז יעצט איז משיח געבוירן געווארן[2]. דערויף האט דער רמב"ן געענטפערט אז באמת גלייבט ער נישט אין דעם אגדה, און מעגליך אז עס האט אן אנדערע טיפערע ערקלערונג. אבער אויב ער וועט זי אפילו אננעמען פשוט ווי עס שטייט געשריבן, שטייט בלויז אז משיח איז געבוירן דעמאלט, עס שטייט נישט אז ער איז שוין געקומען, און דאס איז גאר א באווייז אז דער יוזל איז נישט דער משיח, ווארום ער איז דאך געבוירן און גע'הרג'עט געווארן אסאך יארן פאר'ן חורבן.
שפעטער האט פאולוס זיך ווידער אנגעכאפט אין די חז"ל. עס שטייט, זאגט ער, אין תלמוד בפירוש אז ר' יהושע בן לוי האט געפרעגט ביי אליהו הנביא ווען משיח וועט קומען און ער האט אים געענטפערט פרעג ביי משיח'ן אליין. "וואו איז ער דען?" האט ר' יהושע געפרעגט. "אין רוים, צווישן די חולים" – האט אים אליהו הנביא געענטפערט. ר' יהושע איז אוועק קיין רוים און אים געפרעגט. אלזא, האט גע'טענה'ט פאולוס, איז דאך ווידער א באווייז אז משיח איז יא געקומען און ער זיצט איז רוים. האט אים דערויף געענטפערט דער רמב"ן, אז טאקע דערפון איז א ראיה אז משיח איז נאך נישט געקומען; ר' יהושע האט אים דאך געפרעגט ווען משיח וועט קומען – הייסט עס אז ער דארף ערשט קומען.
דעם צווייטן טאג איז דער ויכוח אפגעראכטן געווארן אין זייער קלויסטער, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען דער גאנצער שטאט, אידן און גוים. דער משומד האט ווייטער געברענגט ראיות פון מדרשים, און דער רמב"ן האט געגעבן א גאנצע ערקלערונג וויאזוי צו פארשטיין מדרשים פון חז"ל, טענה'נדיג אז מדרש און אגדתא איז נישט קיין חיוב צו גלייב.
איז דער משיח א גאט אדער א מענטש
בכדי צו מאכן א סוף צו די פּוסטע פּלוגתות וועגן אזוי אדער אנדערש איינטייטשן א פּסוק אדער א מאמר פון תלמוד, האָט דער רמב"ן ערקלערט דעם קעניג, אַז דער תוך פון דער מחלוקת צווישן אידישקייט און קריסטנטום איז נישט אין דער דאָגמע וועגן משיח, נאר: "וועגן דעם מהות פון דער ג-טליכקייט זאגט איר עפּעס אזוינס זייער ביטער. דו, מיין האר, ביסט א קריסט, זון פון א קריסט, דיין גאנץ לעבן הערסטו די רייד פון דיינע גלחים, וועלכע האבן אנגעפילט דיין מוח און די מארעך פון דיינע ביינער. נאר דער שׂכל קען נישט תופס זיין, און עס איז קעגן דער נאטור, דער געדאנק אז דער באשעפער פון הימל און פון דער ערד גייט אריבער אין דער טראַכט פון א אידענע, איז דערנאך געבוירן געווארן, אויסגעוואקסן, געווארן איבערגעגעבן אין די הענט פון זיינע שׂונאים, פאר'משפּט צום טויט און געטייט, און נאך דעם איז ער אויפגעשטאנען תּחית־המתים און האָט זיך אומגעקערט צו זיין ערשטער אָרט. אזא פאָרשטעלונג איז נישט סובל דעם שכל פון א אידן אדער בכלל פון א מענטשן. און ארויסגעווארפן זענען אלע אייערע רייד, וואָרעם דערין איז דער תּוך פון אונזער מחלוקת".
ווייטער האט דער רמב"ן געזאגט אז עס איז נישט מקוים געווארן ביי אים גארנישט וואס עס שטייט אין די נביאים אויף משיח. די נביאים זאגן אז עס וועט מער נישט זיין קיין מלחמות, לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה[3], און די גאנצע וועלט איז פול מיט מלחמות און בלוט-פארגיסונג און דאס מערסטע נאך דורך די קריסטן.
דער דריטער טאג
אינעם דריטן טאג האט פול געזאגט אז ער וועט ברענגען א ראיה פונעם רמב"ם - וואס איז דער גרעסטער חכם ביי אידן אין די לעצטע פיר הונדערט יאר - אז משיח וועט שטארבן. דער רמב"ן האט גענומען א רמב"ם און אנגעהויבן פארליינען וואס דער רמב"ם שרייבט[4] וועגן משיח, ביז דער משומד האט אנגעהויבן שרייען אז דער רמב"ם זאגט ליגנט. האט אויף דעם רמב"ן חוזק געמאכט: האסט דאך פריער געזאגט אז ער איז דער גרעסטער חכם אין פיר הונדערט יאר!?
דער רמב"ן האט דאן געזאגט אז ער קען אויפווייזן פון דער תורה און נביאים אז יעדעס ווארט וואס דער רמב"ם שרייבט איז אמת.
דער פערטער טאג
אנהייב פונעם פערטן טאג האט דער רמב"ן געבעטן דעם קעניג זאל אים באפרייען פונעם ויכוח, ווייל די אידן ציטערן פאר די קריסטן, וועלכע ווערן מער און מער אויפגעברויזט פון טאג צו טאג. אבער דער קעניג האט אים געבעטן פארצוזעצן.
זיי האבן גערעדט וועגן דעם נאטור פון משיח ווען דער קעניג און דער משומד פריאוון ברענגען ראיות אז ער איז א גא-ט, און דער רמב"ן ענטפערט עס אפ אז עס איז נישט קיין ראיה, און עס זענען דא ראיות אז ער איז א מענטש ווי אלע מענטשן.
צום שלוס
די ויכוח האט זיך קיינמאל פארמאל געשלאסן, נאר האט אונטערגעבראכן. לויטן לאטיינישן פראטאקאל פון די פארהאנדלונגען, האט זיך די ויכוח געענדיגט, ווייל דער רמב"ן איז פריצייטיג אנטלאפן פון שטאט. אין פאקט, אבער, איז ער געבליבן אין בארצעלאנע פאר איבער א וואך נאך די ויכוח איז געבראכן געווארן צו זיין אנוועזנד אין שול אויף דעם קומענדיגן שבת ווען א דרשה האט געדארפט ווערן אפגעהאלטן[1]. עס זענען דא וואס זאגן אז דעמאלט האט דער רמב"ן געזאגט די באקאנטע דרשה, גערופן "תורת ה' תמימה"[5]. דער קעניג האָט זיך אויך באַטייליגט אין דער "סינאגאגע מאַיאָר" פון בארצעלאנא (העב'), איינע פון די עלטסטע שולן אין אייראפּע, און האט גערעדט צו די אידישע קהילה, אַן אומדערהערטע זאך אין די מיטלאלטער[6].
דזשעימס דער ערשטער האט באלוינט דעם רמב"ן מיט 300 גאלדענע דינרים און דערקלערט אז ער האט נאכנישט געהערט "אַן אומגערעכטע צוועק אזוי איידל פארטיידיגט". דעם פאלגנדן טאג האט דער רמב"ן פארלאזט אראגאן און קיינמאל זיך צוריקגעקערט.
נאכווירקונגען
שפעטער האט דער רמב"ן געהערט אז די קירכע גייט ארום פארקויפן אז זיי האבן געזיגט אינעם ויכוח, האט ער בלית ברירה אפגעשריבן א טראנסקריפט פונעם ויכוח און עס פארשפרייט.
דער ויכוח האט געהאט ווייטגרייכנדע קאנסעקווענסן. צווישן דעם 26טן און 29טן אויגוסט 1263, האט דזשעימס דער ערשטער באפוילן ארויסצונעמען פון דער גמרא די שטיקלעך וואס זענען געווארן באטראכט אלס באליידיגנד. דאס נישט צו טון איז געווארן באשטראפט מיט א קנס, און ספרים וואס זענען נישט געווארן צענזורירט ווי פארלאנגט זענען געווארן פארברענט. אויך די משנה תורה פון רמב"ם איז פאר'משפט געווארן צו ווערן פארברענט צוליב די רעפערענצן צום אותו האיש אין הלכות מלכים[1].
דער בישאף פון געראנא האט שפעטער ערהאלטן א קאפּיע פון רמב"ן'ס שילדערונג פונעם ויכוח. פילייכט דורך זיין פארמיטלונג, זענען דאן אין יאר 1265 איינגעלייטעט געווארן פארהאנדלונגען קעגן רמב"ן פארנט פון דער אינקוויזיציע געריכט, אויף דער באשולדיגונג אז ער האט געלעסטערט יאשקע. דזשעימס'ס פלאן אים צו פאראורטיילן צו צוויי יאר חרם און צו פארדאמען זיין חיבור אויף די ויכוח צו ווערן פארברענט, האט קלאר נישט באפרידיגט די דאמיניקאנער. ער האט דעריבער באפוילן די קעיס צו פארהאנלען פאר אים פערזענליך, פלאנענדיג עס צו פארציען ביז דער פאנאטיזם וועט נאכלאזן[1].
די קריגערישע קריסטליכע רעליגיעזע גרופעס האבן געדינט ווי דער אינסטרומענט פון דער קירכע אין איר קריג קעגן אידישקייט. אויף דער בקשה פון די מאנאכן האט דער פּויפּסט קלעמענט דער פערטער באפוילן דעם ארכיבישאף פון טאַראַגאָנאַ צו זאמלען אלע די אידישע ביכער אין די מלכות פון אַראַגאָן און זיי איבערגעבן פאר די דאָמיניקאַנער און פראַנציסקאַנער צו דורכקוקן; פאולוס קריסטיאני איז רעקאמענדירט געווארן אלס א טראסטבארער און פעאיגער געהילף פאר דעם אויפגאבע[1].
אין שפעטערדיגע ויכוחים ווי וויכוח טאראטאסע, איז ציטירט געווארן טענות פון דעם וויכוח.
ביבליאגראפיע
- ויכוח הרמב"ן, אויף "דעת"
- ראובן מרגלית, וכוח הרמב"ן, לעמבערג, תרפ"ט, עמ' 16-18, אויף היברובוקס
- שמעון דובנאוו, די וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק 5, ווילנע, תרצ"ח, עמ' 83-90
- יצחק בער, "לבקורת הוויכוחים של ר' יחיאל מפאריש ושל ר' משה בן נחמן", תרביץ ב, טבת תרצ"א, עמ' 172-187, JSTOR 23579399
- Martin A. Cohen, "Reflections on the Text and Context of the Disputation of Barcelona", Hebrew Union College Annual 35, 1964, עמ' 157-192, JSTOR 23506616
- חיים הלל בן־ששון, "רבי משה בן נחמן: איש בסבכי תקופתו", מולד א (כד), תשכ"ח, עמ' 363-365
דרויסנדיגע לינקס
- דרשת הרמב"ן, אויפן "תורת אמת" זייטל
- "וויכוח הרמב"ן", שמואל פוקס, אויף אידיש24
- The Disputation between Rabbi Nachmanides and Jewish Christian Pablo Christiani, א מאווי וועלכע שפילט איבער די ויכוח
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 Haim Beinart, "Barcelona, Disputation of", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ איכה רבה, פרשה א', פסקה נ"א.
- ↑ ישעיה ב, ד.
- ↑ הלכות מלכים פרק יא.
- ↑ מבוא לדרשת תורת ה' תמימה מוסד הרב קוק.
- ↑ Wein, Berel (1993). Herald of Destiny: The story of the Jews in the Medieval Era 750–1650. Shaar Press. p. 171. ISBN 9781422615096
