פאליש
פּאָליש איז דער נאמען פון א פאדערשטער צימער וואס געפינט זיך אין א שול, צווישן די גאס און דעם הויפט שול-זאל.
מקור
דער נאמען "פאליש" שטאמט פון לשון חז"ל "מפולש", וויבאלד עס איז אפן פון צוויי זייטן, פון גאס צום שול[1]. לויט אנדערע שטאמט עס מעגליך פונעם דייטשן ווארט "פּאַלאַס" (palas) - "פאלאץ"[2]. דער שטיבל ווערט גערופן אין די פוסקים "פרוזדור", "אכסדרה", "בית שער", אדער "עזרה".
דער פאליש דערמאנט דעם "עזרה" אינעם בית המקדש, וועלכער איז געווען דער פאדער-הויף פונעם הייליגן בנין. דער ב"ח ברענגט א מקור פונעם תלמוד ירושלמי, וואס לערנט אז א שול דארף האבן נישט נאר איין טיר, נאר צוויי טירן איינע נאך די אנדערע, מיט'ן ציל צו שאפן א פאסיגן אריבערגאנג פון דער וועלטליכער דרויסנדיגער סביבה צו דעם הייליגן ארט פון שול[3].
היסטאריע
רבי אייזיקל קאמארנער שרייבט אז ער האט מקובל אז די שולן אין צייט פון עזרא האבן שוין געהאט א פאליש[4]. אין די עלטסטע שולן אין דייטשלאנד און בעהמען זענען צוערשט נישט געווען קיין פּאליש, נאר זענען צוגעבויט געווארן נאכדעם ווי אן אויסערליכער צוגאב צום בנין. אין רעגענסבורג און אין פּראָג איז צוגעבויט געווארן אין 14טן י"ה, אין וואָרמס האט ביז דעם 17טן י"ה נישט עקזיסטירט קיין פּאָליש, און אין מיטעלבערג, רופאך, באַמבערג און שפּייער האט עס בכלל קיינמאל נישט עקזיסטירט[5].
אין שטאט פלאָס, בייערן האט די אידישע קהילה אין יאר 1817 געקעמפט מיט דער לאקאלער רעגירונג פאר אן ערלויבעניש צו צולייגן א פאליש צו זיי
- ↑ ספר מטעמים החדש, ערך בית הכנסת.
- ↑ Brenner, Michael; Höpfinger, Renate (2009). Die Juden in der Oberpfalz (Studien zur jüdischen Geschichte und Kultur in Bayern) (in דײַטש). München: Oldenbourg Wissenschaftsverlag. pp. 35–37. ISBN 3-486-58678-5.
- ↑ בית חדש, אורח חיים, סימן צ'; זעט אויך מגן אברהם, צ, ס"ק לה, און אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט.
- ↑ רבי יצחק אייזיק סאפרין, שלחן הטהור, סי' קנ סעיף ד.
- ↑ דוד דאווידאוויטש, שולן אין פוילן, בוענאָס-איירעס, תשכ"א, עמ' 309.