קונע
דער קונע איז א שאנד-סלופּ וואס איז געווען אראנזשירט אין פּאָליש פון פוילישע שולן אין צייטן פון ועד ארבע ארצות, וואו מען פלעגט אריינשטעלן מענטשן אלס קערפערליכע שטראף.
די "קונע" איז באשטאנען פון א רינג אויף א צוגעפעסטיגטער צו דער וואנט קייט מיט וועלכע מען האט צוגעבונדן דעם פאַרזינדיגטן ביים האלדז אדער ביי די הענט אויף צוועלף שעה און אוועקגעשטעלט אים צו זיין שאנד פאר קהל.
זע די דראמאטישע שילדערונג פון אזא עקזעקוציע אין דער ווילנער שול בעת מען האט אוועקגעשטעלט אין דער "קונע" דעם מגיד אבא הלוסק, אין ד"ר ש. א. האראדעצקי'ס בוך: "יהדות השכל ויהדות הרגש" אינעם קאפּיטל: "הגאוץ מווילנה", באַנד ב', ז' 360.
ס'האט אפילו געטראפן אז א ספר וואס מען האט פאר'משפּט אויף פארברענען, איז פריער אויפגעהאנגען געווארן אויף אזא "קונע", וי למשל, ווייזלס בוך: ,דברי שלום ואמת
אזעלכע "קונעס" האבן זיך געפונען אין א סך פּוילישע שולן אבער מיט דער צייט איז א טייל פון זיי געווארן ליקווידירט. אין די שולן פון: לעמבערג, ווילנע, ליסע, פּינטשעוו, פּיעטריקאָוו-טריב., סטריזשעוו ביי ריישע און אין די הילצערנע שולן פון פּשעדבאָזש, גאמבין, וואָרקע, דוואַרט (וואַרטאַ), האבן זיך די 'קונעס" אפּגעהיטן ביז צו די לעצטע צייטן.
עס זענען אויך באקאנט "קונעס" אויסער פּוילן, ווי אין דער מאטעסדארפער שול (בורגענלאנד, עסטרייך)[1].
ביבליאגראפיע
דוד דאווידאוויטש, שולן אין פוילן, בוענאס אייראס, תשכ"ה, ז' 333–334; 359
רעפערענצן
- ↑ זע מ. גולדשטיין: מאמר שבע קהילות, תליאָביב תשט"ו, ז' 11.