פאליש
פּאָליש איז דער נאמען פון א פאדערשטער צימער וואס געפינט זיך אין א שול, צווישן די גאס און דעם הויפט שול-זאל. דער פאדער-צימער איז געווענליך געבויט עטוואס העכער פון דעם הויפט זאל, וואס איז א רמז אויף דעם פסוק "ממעמקים קראתיך ה'"[מקור פארלאנגט].
מקור
דער נאמען "פאליש" שטאמט פון לשון קודש "פלוש", וויבאלד עס איז אפן צום שול[1]. לויט אנדערע שטאמט עס מעגליך פונעם דייטשן ווארט "פּאַלאַס" (palas), וואס באצייכנט א פרעסטיזשפולע בנין[2]. דער שטיבל ווערט גערופן אין די פוסקים פרוזדור, אכסדרה, בית שער, אדער עזרה.
דער פאליש דערמאנט דעם "עזרה" אינעם בית המקדש, וועלכער איז געווען דער פאדער-הויף פונעם הייליגן בנין. דער ב"ח ברענגט א מקור פונעם תלמוד ירושלמי, וואס לערנט אז א שול דארף האבן נישט נאר איין טיר, נאר צוויי טירן איינע נאך די אנדערע, מיט'ן ציל צו שאפן א פאסיגן אריבערגאנג פון דער וועלטליכער דרויסנדיגער סביבה צו דעם הייליגן ארט פון שול[3].
היסטאריע
דער קאמארנער שרייבט אז ער האט מקובל אז די שולן אין צייט פון עזרא האבן שוין געהאט א פאליש[4]. דער מיטלאלטערישער שול אין רעגנסבורג האט שוין געהאט א פאליש[2].
אין שטאט פלאָס, בייערן האט די אידישע קהילה אין יאר 1817 געקעמפט מיט דער לאקאלער רעגירונג פאר אן ערלויבעניש צו צולייגן א פאליש צו זייער נייע שול. ווען דער פאליש איז געבויט געווארן האט די רעגירונג עס באלד צעווארפן, אבער נאך שווערע פארהאנדלונגען האט מען עס ווידער אויפגעבויט. דער פאליש איז צום סוף אינגאנצן צעשטערט געווארן דורך די נאציס אין 1938[5].
אינעם גרויסן בעלזער שול האט דער ערשטער רב געלאזט בויען א פאליש אויף די גאנצע לענג פון די מערב וואנט, און אויף די צוויי זייטן זענען געווען נאך שטיבלעך, גערופן "סאלאשן". די טירן צום פאליש האט ער דייקא געבויט נישט אקעגן די טירן צום היכל. ווען צוליב די געדרענג האט מען אנגעהויבן דאווענען אויך אין פאליש, האט דער פריערדיגער רב צוגעבויט א פאליש צום פאליש[6].
פונקציע און באניץ
דער פאליש דינט אלס א פלאץ פאר אינערליכער צוגרייטונג און קאנצענטראציע איידער מען גייט אריין אין שול. עס דינט אויך דארט אנצוטון דעם טלית און לייגן תפילין, אנשטאט וואס אמאל פלעגט מען זיי אנטון אין הויז און אזוי קומען אין שול[4][7][4]. צומאל פלעגט זיין א באזונדערן פאליש פאר די בעלי מלאכה אדער קלעזמער שפילער צו דאווענען וואס מ'האט גערופן דאס טרעגערישע פאליש, שניידערישע פאליש[8], יד חרוצים[9], און אמאל פלעגט די פאליש פון שטאטישער שול דינען אלס חסידישער שטיבל[10]. צומאל האט דאס אינדערוואכן געדינט פאר א חדר[11].
דער פאליש דינט אויך פאר פארשידענע געלעגנהייטן און צוועקן; מען פלעגט דארט אוועקלייגן די ווייץ און די מיל פאר די מצות מצוה אין פאליש[12]. די פוסקים דערמאנען אז צומאל טוט מען דארט אויך דאווענען[13][14], און זענען דן אויב האט עס א דין קדושת בית הכנסת[15]. אין פאליש פלעגט אמאל אויך זיך געפונען די "קונע" (תפיסה פון קהל).
רעפערענצן
- ↑ ספר מטעמים החדש, ערך בית הכנסת.
- ↑ 2.0 2.1 Michael Brenner (Hrsg.), Renate Höpfinger (Hrsg.): Die Juden in der Oberpfalz (= Studien zur jüdischen Geschichte und Kultur in Bayern. Band 2). Oldenbourg Wissenschaftsverlag, München 2009, ISBN 3-486-58678-5, ISBN 978-3-486-58678-7, pp. 35–37.
- ↑ בית חדש, אורח חיים, סימן צ'; זעט אויך מגן אברהם, צ, ס"ק לה, און אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט.
- ↑ 4.0 4.1 4.2 שלחן הטהור, סי' קנ סעיף ד.
- ↑ דער שול פון פלאס.
- ↑ יוסף האכהייזער, בית הכנסת שבבעלזא, מכון שמן רוקח, עמ' צב–ק, פרק ג': הפאליש המערבי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ שו"ת שבט הלוי חלק י' סימן ל"ג אות ז'
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ספר קהילה, הרובישוב - פנקס הרובישוב, פנקס הרובישוב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מכון שמן רוקח, בית הכנסת שבבעלזא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), לגבי די שול אין יאברוב. - ↑ ספר קהילה, סאקאלאוו פאדליאסק, עמ' 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ ספר קהילה, סאקאלאוו פאדליאסק, עמ' 74 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
ספר קהילה, נובהרדוק - פנקס נאווארעדאק, עמ' 68 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). - ↑ רבי אברהם דוד וואהרמאן, אשל אברהם, או"ח סי' קנד, א.
- ↑ שו"ת בית שלמה, או"ח סימן כ"ח.
- ↑ יזכור בוך, "שול, פאליש און בית המדרש", וואיסלאוויץ, עמ' 104 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ ר' יצחק שמואל שעכטער, שו"ת ישיב יצחק לג, עמ' מה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
ר' יעקב ישראל שמערלער, דבריו ליעקב ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).