דרעפט:יצחק מאיר לעווין
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
הרב יצחק מאיר לעווין, תשי"ב | |||||
געבורט |
יאנואר 30, 1893 גער, רוסישער אימפעריע | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
אויגוסט 7, 1971 (אלט: 78) ט"ז אב ה'תשל"א ירושלים | ||||
תאריך עלייה | 1940 | ||||
באגרעבעניש ארט | אידישע בית עולם פון הר הזיתים | ||||
פראקציע | אגודת ישראל, החזית הדתית המאוחדת, חזית דתית תורתית אגודת ישראל - פועלי אגודת ישראל | ||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
הרב יצחק מאיר לעווין (תרנ"ד–תשל"א) איז געווען דער פירער פון דער אגודת ישראל באוועגונג, און א כנסת דעפוטאט. ער איז געווען א גערער אייניקל און איידעם.
ביאגראפיע
לעווין איז געבוירן געווארן אין גער, פּוילן, י"ט טבת תרנ"ד (1894), צו זיין פאטער, רבי חנוך צבי הכהן לעווין, רב אין קהלת בענדין אין פוילן, און צו זיין מוטער פייגא, טאכטער פון גערער רבי, רבי יהודה אריה לייב אלטער ("שפת אמת"). נאכן לערנען אין חדר, האט ער ווייטער געלערנט תורה וחסידות אין ישיבה פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי אלתר ("אמרי אמת") און געלערנט העברעאיש, פויליש און דייטש[1].
ער האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע פייגא, טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי. אין תרע"ד האט ער זיך באזעצט אין ווארשע און זיך פארנומען מיט האנדל און באנקעריי און בעיקר מיט עסקנות. בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער אסאך געארבעט צו העלפן די אידישע מלחמה־פּליטים און נאך דער מלחמה, אונטער דער השפּעה פון זיין שווער, האט ער זיך אפּגעגעבן מיט דער גרינדונג און אנפירונג פון דער "אגודת ישראל" ארגאניזאציע אין פּוילן, וועלכע איז געווען באהערשט דורך די גערער חסידים. אונטער זיין פירערשאפט איז זיך עס צעוואקסן ביז, ביים אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האט די צאל פון אירע מיטגלידער אין פּוילן דערגרייכט 200,000 און זי האט פארמאגט א גרויסע נעץ פון חינוך מוסדות (בערך 600 "בית יעקב" שולעס פאר מיידלעך, תלמוד תורה'ס און ישיבות פאר אינגלעך/בחורים), צייטונגען און בוך פארלאגן און קובצים. ער האט געשריבן הונדערטער ארטיקלען פארן אגודה אין אירע אויסגאבעס "דער יוד" און "דאס יודישע טאגבלאט" אין ווארשע און צענדליגער פראפאגאנדע בראשורן, און שפעטער אין "דגלנו", "הדרך" און "קול ישראל" אין ירושלים[1].
פון תרפ"ד און ווייטער האט ער פארטרעטן די אגודה אינעם ווארשעווער קהילה־קאמיטע, און אויף דער צווייטער כנסייה הגדולה פון אגודת־ישראל (וויען, תרפ"ט) איז ער ערוויילט געווארן אלס א מיטגליד פון דער פרעזידענטשאפט פון דער אלטוועלטליכער אגודת ישראל. און אין תר"צ אלס איר פרעזידענט אין פוילן. אין תרצ"ה האט ער באזוכט פּאלעסטינע אין שפּיץ פון א דעלעגאציע פונעם "אגודת־ישראל־צענטער" אין פּוילן און דארטן רעארגאניזירט די עקזעקוטיוו. אויף דער דריטער כנסייה הגדולה (מאריענבאד, תרצ"ז) איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס איינער פון די צוויי דעפוטאט־פרעזידענטן פון דער וועלט־אקציע־קאמיטעט[מקור פארלאנגט]. ער איז באטראכט געווארן ווי א סוקסעספולער פובליק רעדנער און א מעסיגער און רעאליסטישער כלל-טוער[1].
ווען די דייטשן האבן איבערגענומען ווארשע, אין הערבסט 1939, איז ער באשטימט געווארן א מיטגליד פון די "יודענראט" פון ווארשע, וועלכער האט געארבעט אונטער דער אויפזיכט פון די נאציס. נאך בערך א חודש האט ער באשלאסן אז עס איז בעסער צו טון לטובת די פוילישע אידן אינדרויסן פון פוילן, אָן די נאצישע אויפזיכט. ער איז אנטלאפן פון פוילן און אין ת"ש (1940) איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל און אנגעהויבן זיינע אקטיוויטעטן פאר דער פוילישער גלות. ער האט גערעדט מיט די אנדערע אידישע אינסטיטוציעס אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד און זיי אנגעצינדן צו אקציע און אויף זיין איניציאטיוו איז געגרינדעט געווארן דער ועד הצלה פונעם ישוב און ער איז ערוויילט געווארן אלס מיטגליד פון איר נשיאות. ער האט שווער געארבעט צו ערוועקן דעם דעת הקהל אין ארץ ישראל און אין דער וועלט צו הייבן זייער קול קעגן דער אונטערדריקונג און פארניכטונג פון פוילישער אידנטום. ווען די אידישע געשריי איז געווארן אומבאקוועם פאר די בריטישע פאליסי, איז ער מערערע מאל געווארנט געווארן דורך די מאנדאט אויטאריטעטן אז די אקציע זיינער, וואס סטימולירט דעם דעת הקהל, איז קעגן די נויטפאל געזעצן וואס צילן צו האלטן די פרידן אין לאנד צו פארזיכערן זיג איבער די פיינט, אבער ער האט זיך נישט גערעכנט מיט די ווארנונגען און נישט געלאזט שטיין שטיל אויף זיינע ברידער'ס בלוט. בשעת די ווישי רעזשים אין סיריע, איז ער אהינגעפארן מיט רבי משה בלוי , טראץ דער סכנה, און זיי האבן ארגאניזירט די ליפערונג פון עסנווארג פעקלעך צו די אידן פון די געטאס אין פוילן[1].
אין ארץ ישראל האט ער געפירט די ביוראען פון דער וועלט-אגודת-ישראל, און ווען דער צענטראל־קאמיטע פון די אגודה האט זיך געטראפן אין מאריענבאד (1947), איז ער געשטעלט געווארן פאראנטווארטליך אויף דער ארץ־ישראל צווייג פון דער באוועגונג[מקור פארלאנגט]. ער האט זיך אויפגעטרעטן אין איר נאמען פאר די אנגלא-אמעריקאנער אויספארשונגס קאמיסיעס און דער פעלקער ליגע און האט פעסט און מיט רעספעקט געשטאנען אויף דער אידישער פאדערונג, אָן געבן די פיינט א געלעגנהייט אויסצונוצן אינערליכע חילוקי דעות אין ארץ ישראל צו אפשוואכן דעם סטאטוס פון די אידן בכלל[1].
ווען מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן איז לעווין ערוויילט געווארן אלס פארשטייער פון די אגודה אין דער ציייטווייליגער כנסת, און דערנאך אין דער ערשטער כנסת, און איז געווען מיניסטער פון סאציאלע וואוילשטאנד אין דער ערשטער מדינת ישראל רעגירונג. ער האט געדינט אין דעם פעאיגקייט ביז 1952, ווען ער האט רעזיגנירט בשעת דער סכסוך איבער עפעס א פארעם פון נאציאנאלן דינסט פאר פרויען. אין דער פערטער כנסייה הגדולה (ירושלים, 1954) איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט פונעם וועלט אקציעס קאמיטע און פארזיצער פון דער וועלט עקזעקוטיוו פון אגודת ישראל.
זיינע קינדער: רבקה הי"ד וואס האט חתונה געהאט מיט מר' ראפאפארט הי"ד פון ביליץ (ערמארדעט אין פוילן), אריה (מו"ל אין ירושלים), ראזע (אוועק אין איר יוגנט אין פוילן), פנחס יעקב (אוועק אין זיין יוגנט בשעת ער האט געלערנט אין דער "שפת אמת" ישיבה אין ירושלים), מלכה ווייב פון מ. שיינפעלד (ירושלים), פישל[1].