רוי:רבי אברהם מרדכי אלטער

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי אברהם מרדכי אלתר)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם מרדכי אלטער

הרב אברהם מרדכי אַלטער מגור (גריפן האמרי אמת (ז' טבת ה'תרכ"ו - ו' סיון ה'תש"ח) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל גער אין פּוילן, וואו ער האָט געוואוינט כמעט זיין גאָרע לעבן. צו זיין געבורט האָט זיין עלטער־זיידע דער חידושי הרי"ם נאָך געלעבט, אָבער ער איז נפטר געוואָרן אַ פּאָר חדשים נאַכהער.

ער האָט חתונה געהאַט אין (ליטוויש) ביאַלע אין יאָר ה'תרמ"א. זיין שווער איז געווען ר' נח טשאַרני (שחור), פון די חשובסטע גערער חסידים אין ביאַלע.

וועגן זיין גדלות אין תורה נאָך אין זיינע גאָר יונגע יאָרן האָט מעיד געווען דער וויערשאווער רב אויף אים אַז ס'איז נישט געווען קיין ספר אין זיין ספרים שטוב וואָס ער זאָל נישט האָבן דורכגעזען.[1]

נאָך דער פטירה פון זיין פאָטער דעם "שפת אמת" האָבן כמעט אַלע גערער חסידים אים אויפגענומען אַלס רבי. העכער פערציג יאָר איז ער געווען דער מנהיג פון די גערער חסידים. אין די יאָרן פון זיין רביסטווע איז גער געוואָרן דאָס גרעסטע חסידות אין גאַנץ פּוילן. ער איז אויך געווען איינער פון די מייסדים פון אגודת ישראל.

ער האָט פאַרמאָגט אַ סאַך ספרים, און זיין ביבליאָטעק פון ספרים איז געווען פון די גרעסטע פּריוואַטע זאַמלונגען פון ספרים אין דער וועלט.

אין אָנהייב דער צווייטער וועלט קריג האָט ער זיך געצויגן קיין וואַרשע, אָבער די רשעים ימ"ש האָבן עם שטאַרק געזוכט. אין יאָר ה'ת"ש האָבן די חסידים מצליח געווען באַקומען דאָקומענטן בכדי ער מיט געציילטע מענטשן פון זיין משפחה זאָלן האָבן רשות איינצוּאוואַנדערן קיין ארץ ישראל, וואָס אין יענער צייט האָט געהייסן פּאַלעסטינע אונטער בריטישער הערשאַפט.

בשעת ער איז נפטר איז נישט געווען מעגליך צוצוקומען צום בית עולם אויפן הר הזיתים צוליב דער מלחמה וואָס האָט געהערשט צווישן ישראל און די אַראַבישע לענדער. האָט מען עם באַגראָבן אין אַ קבר אין דעם חצר פון דער ישיבה "שפת אמת" אין ירושלים, וואו ער ליגט ביז צום היינטיקן טאָג.

תקנות

ווען הר"ר אברהם מרדכי איז געוואָרן רבי האָט ער איינגעפירט אין זיין בית־המדרש אין גער צו דאַווענען שחרית שבת אינדערפרי 7.30. דאָס איז געווען אַ גרויסער חידוש – אין די יאָרן פון די פריערדיגע רבי'ס פלעגט מען לערנען שעה'ן לאַנג אַלס הכנה צום דאַווענען, און ערשט אָנגעהויבן שחרית אַסאַך שפּעטער. ער האָט אויך איינגעפירט אַ שעה הפסקה ביים שבת'דיגן דאַווענען, סיי פרייטאג צונאַכט (פאַר כגוונא), סיי שבת אינדערפרי (פאַר קריאת התורה), כדי מ'זאָל זיצן און לערנען.

משפחה

רבי אברהם מרדכי האָט חתונה געהאַט בזיווג ראשון מיט חיה ראָדאַ טשאַרני (שחור) פון ביאַלע. זייערע קינדער זענען:

  • הרב מאיר אַלטער (ה' ניסן תרמ"ג - ת"ש (אומגעפער))
  • מרת פייגא (כ"ד תשרי תרמ"ה - כ"ד תשרי תרפ"ד), דאָס ווייב פון הרב יצחק מאיר אַלטער (אַ זון פון רבי משה בצלאל אַלטער)
  • הרב יצחק אַלטער (פסח תרמ"ח - י"ז מרחשון תרצ"ה)
  • מרת אסתר (סיון תרמ"ט - י"ח ניסן תש"ג), דאָס ווייב פון רבי פישל היינא
  • מרת דבורה מאַטיל (י"א טבת תרנ"ב - כ' תמוז תשמ"א), דאָס ווייב פון רבי יצחק מאיר לעווין
  • רבי ישראל אַלטער (כ"ד תשרי תרנ"ה - ב' אדר תשל"ז), דער "בית ישראל" פון גער
  • שמחה בונם אַלטער (כ"ג ניסן תרנ"ח - ז' תמוז תשנ"ב), דער "לב שמחה" פון גער
  • מרת בריינדל (אומגעקומען אין חורבן אייראָפּע), דאָס ווייב פון רבי שלמה יאָסקאָוויטש

זיין צווייטן זיווג איז געווען מרת פייגא מינטשא בידערמאַן, אַ טאָכטער פון זיין שוועסטער; זיי האָבן געהאַט איין זון:

זיינע תורות

דער רבי האָט געשריבן אַסאַך תורה אָבער איז רובא דרובא פאַרלוירן געגאַנגען אין די קריג יאָרן. נאָך זיין פטירה האָט זיינס אַן אייניקל געדרוקט די איבערגעבליבענע תורות אין א סעריע ספרים וואָס הייסן "אמרי אמת". זייט דעמאלסט רופט מען דעם גערער רבי'ן ר' אברהם מרדכי מיטן נאָמען "אמרי אמת".

גערער רבי'ס

הרה"צ ר' חנוך העניך פון אַלעקסאַנדער (חשבה לטובה)

הרה"צ ר' יהודא אריה לייב (דער שפת אמת) – אַן אייניקל פונעם "חידושי הרי"ם".

הרה"צ ר' אברהם מרדכי (דער אמרי אמת) - אַ זון פונעם שפת אמת.

הרה"צ ר' ישראל (דער בית ישראל) - אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' שמחה בונם (דער לב שמחה)- אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' פנחס מנחם (דער פני מנחם)- אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' יעקב אריה (דער היינטיקער רבי שליט"א) - אַ זון פון רבי שמחה בונים.

פריערדיגער:
הרב רבי יהודה אריה לייב אלטער
"שפת אמת"
דער גערער רבי
תרס"ה-תש"ח
נאָכפאלגער:
הרב רבי ישראל אלטער
"בית ישראל"

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


רעפערענצן

  1. דאס אידישע ווארט

ראש גולת אריאל