דרעפט:יצחק מאיר לעווין
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
![]() | |||||||
הרב יצחק מאיר לעווין, תשי"ב | |||||||
געבורט |
ט' טבת ה'תרנ"ד גער, רוסישער אימפעריע | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
פטירה |
אויגוסט 7, 1971 (אלט: 77) ט"ז אב ה'תשל"א ירושלים | ||||||
תאריך עלייה | 1940 | ||||||
| |||||||
| |||||||
|
הרב יצחק מאיר הכהן לעווין (תרנ"ד–תשל"א) איז געווען דער פירער פון דער אגודת ישראל באוועגונג, און א כנסת דעפוטאט. ער איז געווען א גערער אייניקל און איידעם.
ביאגראפיע
איטשע מאיר איז געבוירן אין גער, פּוילן ט' טבת תרנ"ד (1894), אלס בכור צו רבי הירש העניך לעווין, שפעטער רב אין בענדין, און צו פייגל'ה, טאכטער פון גערער רבי, רבי יהודה אריה לייב אלטער ("שפת אמת"). די קינדערישע יארן האט ער פארבראכט אונטערן אויפזיכט פון זיין זיידן, דער שפת אמת (נפטר תרס"ה), און דערנאך זיין פעטער רבי אברהם מרדכי אלטער ("אמרי אמת").
נאך זיין בר מצוה איז איטשע מאיר א חתן געווארן צו זיין קוזינע דבורה מאַטיל, טאכטער פון רבי אברהם מרדכי, און די חתונה איז פארגעקומען י"ט סיון תרס"ט. אין תר"ע, זייענדיג 16 יאר אלט, איז ער באשטימט געווארן, צוזאמען מיט יעקב ליפשיץ אלס רעדאקציע סעקרעטאר פון דער המודיע צייטונג וואס איז ארויס אין פּאָלטאַווע[1]. שפעטער האט איטשע מאיר געלערנט העברעאיש, פויליש און דייטש[2].
אין תרע"ד, ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה האט ער, ווי אלע אידן פון גער, געפליכטעט קיין ווארשע, וואו ער האט אסאך געארבעט צו העלפן די אידישע מלחמה־פּליטים. אין פרילינג תרע"ו האט זיך די גערער משפחה געצויגן קיין אטוואצק, בשעת איטשע מאיר קומט יענעם זומער צוריק אויף ווארשע פאר עטליכע וואכן צוליב עסקנות. ער האט דאן געגרינדעט די ערשטע חדר אינעם פוילישער תלמוד תורה נעץ שפעטער באקאנט אלץ "יסודי התורה". נאך די ימים טובים פון תרע"ז האט ער, אויפן אנווייזונג פון זיין שווער, זיך געצויגן קיין ווארשע[3].
אין ווארשע, אונטער דער השפּעה פון זיין שווער, האט ער זיך אפּגעגעבן מיט דער גרינדונג און אנפירונג פון דער "אגודת ישראל" ארגאניזאציע אין פּוילן. אונטער זיין פירערשאפט איז זיך עס צעוואקסן ביז, ביים אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האט די צאל פון אירע מיטגלידער אין פּוילן דערגרייכט 200,000 און זי האט פארמאגט א גרויסע נעץ פון חינוך מוסדות (בערך 600 "בית יעקב" שולעס, חדרים און ישיבות), צייטונגען און בוך פארלאגן און קובצים. ער האט געשריבן הונדערטער ארטיקלען פארן אגודה אין אירע אויסגאבעס "דער יוד" און "דאס יודישע טאגבלאט" אין ווארשע און צענדליגער פראפאגאנדע בראשורן, און שפעטער אין "דגלנו", "הדרך" און "קול ישראל" אין ירושלים. ער האט זיך אויך פארנומען מיט האנדל און באנקעריי[2].
פון תרפ"ד און ווייטער האט ער פארטרעטן די אגודה אינעם ווארשעווער קהילה־קאמיטע, און אויף דער צווייטער כנסייה הגדולה פון אגודת־ישראל (וויען, תרפ"ט) איז ער ערוויילט געווארן אלס א מיטגליד פון דער פרעזידענטשאפט פון דער אלטוועלטליכער אגודת ישראל, און אין תר"צ אלס איר פאָרזיצער אין פוילן.
ער האט באגלייט זיין שווער עטליכע מאל ווען ער האט באזוכט ארץ ישראל. (אין תרצ"ד האט די פוילישע פאליציי אים ארעסטירט מיט'ן חשד פון האלטן נארקאטיק, ווען אין אמת'ן האט ער געהאלטן א זעקל ערד וואס ער האט געברענגט פונעם אומגעגנט פון קבר רחל און מערת המכפלה[4].) אין תרצ"ה האט ער באזוכט פּאלעסטינע, אין שפּיץ פון א דעלעגאציע פונעם "אגודת־ישראל־צענטער" אין פּוילן, און דארטן רעארגאניזירט די עקזעקוטיוו.
אויף דער דריטער כנסייה הגדולה (מאריענבאד, תרצ"ז) איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס מיטגליד אינעם "ועד הפועל המצומצם" פון אגודת ישראל[5], און אלס איינער פון די צוויי דעפוטאט־פרעזידענטן פון דער וועלטס־וועד הפועל[מקור פארלאנגט]. ער איז באטראכט געווארן ווי א סוקסעספולער פובליק רעדנער און א מעסיגער און רעאליסטישער כלל-טוער[2].
ווען די דייטשן האבן איבערגענומען ווארשע, אין הערבסט 1939, איז ער באשטימט געווארן דורך אדאם טשערניאקאוו אלס א מיטגליד פון די "יודענראט" פון ווארשע, וועלכער האט געארבעט אונטער דער אויפזיכט פון די נאציס. נאך בערך א חודש האט ער באשלאסן אז עס איז בעסער צו טון לטובת די פוילישע אידן אינדרויסן פון פוילן, אָן די נאצישע אויפזיכט, און איז אנטלאפן פון פוילן.
אין אייר ת"ש (1940) איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל[6] און אנגעהויבן זיינע אקטיוויטעטן פאר דער פוילישער גלות. ער האט גערעדט מיט די ציוניסטישע אינסטיטוציעס אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד און שווער געארבעט צו ערוועקן דעם דעת הקהל צו הייבן זייער קול קעגן דער אונטערדריקונג און פארניכטונג פון פוילישער אידנטום. יצחק גרינבוים, דער פארזיצער פון די סוכנות, האט דאן געזאגט אז "ר' איטשע מאיר מיטשעט מיר שוין חדשים צו נוצן אונזערע געלטער צו ראטעווען די פוילישע אידנטום, אבער איך האלט אז ציונות איז העכער אלץ"[7]. ענדליך איז אים געלונגען זיי אנצוצינדן צו טון, און אויף זיין איניציאטיוו איז געגרינדעט געווארן דער ועד הצלה פונעם ישוב און ער איז ערוויילט געווארן אלס מיטגליד פון איר נשיאות.
ווען די אידישע געשריי איז געווארן אומבאקוועם פאר די בריטישע פאליסי, איז ער מערערע מאל געווארנט געווארן דורך די מאנדאט אויטאריטעטן אז די אקציע זיינער, וואס סטימולירט דעם דעת הקהל, איז קעגן די נויטפאל געזעצן וואס צילן צו האלטן די פרידן אין לאנד צו פארזיכערן זיג איבער די פיינט, אבער ער האט זיך נישט גערעכנט מיט די ווארנונגען און נישט געלאזט שטיין שטיל אויף זיינע ברידער'ס בלוט. היות די ענגלענדער האבן נישט ערלויבט דאס שיקן שפייז-פעקלעך קיין פּוילן, איז איטשע מאיר, מיט רבי משה בלוי, געפארן קיין סיריע אדער לבנון, טראץ דער סכנה, און פון דארט האבן זיי ארגאניזירט די ליפערונג פון שפייז-פּאקעטן צו די אידן פון די געטאס[2].
אין ארץ ישראל האט ער געפירט די ביוראען פון דער וועלט-אגודת-ישראל, און ווען דער צענטראל־קאמיטע פון די אגודה האט זיך געטראפן אין מאריענבאד (1947), איז ער געשטעלט געווארן פאראנטווארטליך אויף דער ארץ־ישראל צווייג פון דער באוועגונג[מקור פארלאנגט]. ער האט זיך אויפגעטרעטן אין איר נאמען פאר די אנגלא-אמעריקאנער אויספארשונגס קאמיסיעס און דער פעלקער ליגע און האט פעסט און מיט רעספעקט געשטאנען אויף דער אידישער פאדערונג, אָן געבן די פיינט א געלעגנהייט אויסצונוצן אינערליכע חילוקי דעות אין ארץ ישראל צו אפשוואכן דעם סטאטוס פון די אידן בכלל[2].
ווען מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן איז לעווין ערוויילט געווארן אלס פארשטייער פון די אגודה אין דער צייטווייליגער כנסת, און דערנאך אין דער ערשטער כנסת, און איז געווען מיניסטער פאר סאציאלע הילף אין דער ערשטער מדינת ישראל רעגירונג[8]. ער האט געדינט אין דעם פעאיגקייט ביז 1952, ווען ער האט רעזיגנירט בשעת דער סכסוך איבער עפעס א פארעם פון נאציאנאלן דינסט פאר פרויען. אין דער פערטער כנסייה הגדולה (ירושלים, 1954) איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט פונעם וועלט אקציעס קאמיטע און פארזיצער פון דער וועלט עקזעקוטיוו פון אגודת ישראל, און ווידער אין 1965[9].
זיינע קינדער: רבקה יוכבד ראפאפארט הי"ד פון ביליץ (ערמארדעט ביים חורבן אין פוילן)[10]; לייבל (מו"ל אין ירושלים); פנחס יעקב (אוועק תש"א אלס בחור אין דער "שפת אמת" ישיבה אין ירושלים)[11]; חיה ראדא יהודית (אוועק אין איר יוגנט אין פוילן); מלכה רייזל, ווייב פון משה שיינפעלד (אגודת ישראל אקטיוויסט אין תל אביב); פישל (אראפ פון וועג)[12].
ביבליאגראפיע
- *ישראל רובינשטיין, מאיר לדורות: תולדות חייו, תקופתו ופעליו הנאדרים של הגה"ח רבי יצחק מאיר הכהן לוין נשיא אגודת ישראל, בני ברק: מכון מאיר לדורות, תשפ"א (2 בענדער)
- האיש ופעלו: קיצור תולדות חייו של מנהיג יהדות התורה הרב ר' יצחק מאיר הכהן לוין זצ"ל, ירושלים, תשל"ב, אויף אוצר החכמה
- יוסף פרידנזאן, "הרב ר' יצחק מאיר לעווין זצ"ל", דאס אידישע ווארט 333, תשרי תשנ"ז, עמ' 39–45
רעפערענצן
- ↑ י. אדלר, "עתונות וספרות חרדית", נחליאל א, תשכ"ה, עמ' 82 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 דוד תדהר (רעדאקטאר), "הרב יצחק מאיר לוין", אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו ד (1950), עמ' 1804-05
- ↑ רובינשטיין: 88–95
- ↑ ארעסטירט און באלד בעפרייט ר' איטשע מאיר לעווין, לובלינער טאגבלאט, נאוועמבער 20, 1933;
ענדגילטיג ליקווידירט דאס מיספארשטענדעניש מיט ר' איטשע מאיר לעווין, דאס יודישע טאגבלאט, נאוועמבער 21, 1933;
על מה נאסר ראש "אגודת ישראל" בפולין, דואר היום, נאוועמבער 28, 1933 - ↑ בגמר הכנסיה של אגודת ישראל, דבר, אויגוסט 27, 1937
- ↑ עולים חשובים, הַבֹּקֶר, מאי 17, 1940
- ↑ תום שגב, המיליון השביעי: הישראלים והשואה, תל אביב, 1991
- ↑ הרב איטשע מאיר לעווין ז"ל - זיין לאיאליטעט צו דער ישראל־רעגירונג, דער נייער מאמענט, אויגוסט 23, 1971
- ↑ הרב איטשע מאיר לעווין איז ווידער הויפט פון אגודת ישראל; וויל שלום צווישן די רעליגיעזע פראקציעס, פארווערטס, אויגוסט 19, 1965
- ↑ רובינשטיין: 52
- ↑ פנחס יעקב הכהן לווין ז"ל, הצופה, יאנואר 29, 1941
- ↑ קובי אריאלי, מה יש לך, אדון לוין?, באתר nrg, יולי 12, 2008