דרעפט:יצחק מאיר לעווין
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
הרב יצחק מאיר לוין, דצמבר 1951 | |||||
געבורט | יאנואר 30, 1893 | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה | אויגוסט 7, 1971 (אלט: 78) | ||||
תאריך עלייה | 1940 | ||||
באגרעבעניש ארט | אידישע בית עולם פון הר הזיתים, ירושלים | ||||
פראקציע | אגודת ישראל, החזית הדתית המאוחדת, חזית דתית תורתית אגודת ישראל - פועלי אגודת ישראל | ||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
הרב יצחק מאיר לעווין (תרנ"ד–1971) איז געווען דער פירער פון דער אגודת ישראל באוועגונג. ער איז געווען א בנש"ק.
ער איז געבוירן געווארן אין גער, פּוילן, י"ט טבת תרנ"ד (1894), צו זיין פאטער, רבי חנוך צבי הכהן לעווין, רב אין קהלת בענדין אין פוילן, און צו זיין מוטער פייגא, טאכטער פון גערער רבי, רבי יהודה אריה לייב אלטער ("שפת אמת"). נאכן לערנען אין חדר, האט ער ווייטער געלערנט תורה וחסידות אין ישיבה פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי אלתר ("אמרי אמת") און געלערנט העברעאיש, פויליש און דייטש.
ער האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע פייגא, טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי. אין תרע"ד האט ער זיך באזעצט אין ווארשע און זיך פארנומען מיט האנדל און באנקעריי און בעיקר מיט עסקנות. בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער אסאך געארבעט צו העלפן די אידישע מלחמה־פּליטים און נאך דער מלחמה, אונטער דער השפּעה פון זיין שווער, האט ער זיך אפּגעגעבן מיט דער גרינדונג און אנפירונג פון דער "אגודת ישראל" ארגאניזאציע אין פּוילן, וועלכע איז געווען באהערשט דורך די גערער חסידים. אונטער זיין פירערשאפט איז זיך עס צעוואקסן ביז, ביים אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האט די צאל פון אירע מיטגלידער אין פּוילן דערגרייכט 200,000 און זי האט פארמאגט א גרויסע נעץ פון חינוך מוסדות (בערך 600 "בית יעקב" שולעס פאר מיידלעך, תלמוד תורה'ס און ישיבות פאר אינגלעך/בחורים), צייטונגען און בוך פארלאגן און קובצים. ער האט געשריבן הונדערטער ארטיקלען פארן אגודה אין אירע אויסגאבעס "דער יוד" און "דאס יודישע טאגבלאט" אין ווארשע און צענדליגער פראפאגאנדע בראשורן, און שפעטער אין "דגלנו", "הדרך" און "קול ישראל" אין ירושלים.
פון תרפ"ד און ווייטער האט ער פארטרעטן די אגודה אינעם ווארשעווער קהילה־קאמיטע, און אויף דער צווייטער כנסייה הגדולה פון אגודת־ישראל (וויען, תרפ"ט) איז ער ערוויילט געווארן אלס א מיטגליד פון דער פרעזידענטשאפט פון דער אלטוועלטליכער אגודת ישראל. און אין תר"צ אלס איר פרעזידענט אין פוילן. אין תרצ"ה האט ער באזוכט פּאלעסטינע אין שפּיץ פון א דעלעגאציע פונעם "אגודת־ישראל־צענטער" אין פּוילן און דארטן רעארגאניזירט די עקזעקוטיוו. אויף דער דריטער כנסייה הגדולה (מאריענבאד, תרצ"ז) איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס איינער פון די צוויי דעפוטאט־פרעזידענטן פון דער וועלט־אקציע־קאמיטעט[מקור פארלאנגט]. ער איז באטראכט געווארן ווי א סוקסעספולער פובליק רעדנער און א מעסיגער און רעאליסטישער עסקן[1].[1].
לעווין האט מצליח געווען צו אנטלויפן פון פוילן אין אנהייב פון דער צווייטער וועלט קריג און אין 1940 איז ער אנגעקומען קיין פאלעסטינע, וואו ער איז געווען אקטיוו אין רעטונגס אפעראציעס פון נאצי-באהערשט אייראפע. ווען דער צענטראל־קאמיטעט פון אגודת־ישראל האט זיך געטראפן אין מאריענבאד (1947), איז ער געשטעלט געווארן פאראנטווארטליך פון דער ארץ־ישראל צווייג פון דער באוועגונג[1].
לעווין איז ערוויילט געווארן אין דער ערשטער כנסת און איז געווען מיניסטער פון געזעלשאפטליכע וואוילשטאנד אין דער ערשטער מדינת ישראל רעגירונג. ער האט געדינט אין דעם פעאיגקייט ביז 1952, ווען ער האט רעזיגנירט בשעת דער סכסוך איבער עפעס א פארעם פון נאציאנאלן דינסט פאר פרויען. אין דער פערטער גרויסער אסיפה (ירושלים, 1954) איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט פונעם וועלט אקציעס קאמיטע און פארזיצער פון דער וועלט עקזעקוטיוו פון אגודת ישראל[1].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 דוד תדהר (רעדאקטאר), "הרב יצחק מאיר לוין", אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ובוניו ד (1950), עמ' 1804-05