לאנגסאם און פעלדמאן

חסידישע קאמעדיאנטן פּאָר

יעקב יוסף לאנגזאם און וועלוול פעלדמאן זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע קאמעדיאנטן אין ניו יארק. די צוויי, סקווירער חסידים, ווערן באטראכט ווי פּיאנערן אין דער פעלד פון סאטיר-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף אידיש.

זייערע פארשטעלונגען

זיי האבן אנגעהויבן אלס טייל פון די אקטיארן ביי די פארשטעלונגען ביים סקווירער רבינ'ס טיש יעדעס יאר פורים. היינט-צו-טאג שטעלן זיי פאָר צוזאמען קאמעדיע שטיקלעך ביי פריוואטע מסיבות אדער עפנטליכע מעמדים, ווי דער "בוני עולם" אויפטרייבונג אוונט[1] אד"ג. אין צוגאב, טוען די צוויי מאכן ווידעא רעקלאמעס פאר געשעפטן[2][3][4], ווי אויך פאר ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן[5][6].

די ארבעט איז געווענליך איינגעטיילט צווישן די צוויי: פעלדמאן איז דער ארגאניזירער און דער וואס פירט אָן מיט די פארשטעלונגען, אין דער צייט וואס לאנגזאם איז דער עיקר קאמעדיאנט[7]. דאס שרייבן די סקריפטס ווערט געטון דורך יקותיאל פנחס ("פיני") גליק פון שיכון סקווירא, צוזאמען מיט לאנגזאם און פעלדמאן.

פאר עטליכע יאר האבן זיי אויך געשפילט יעדעס יאר מיט מנשה לוסטיג ביים סקווירער פורים טיש, און לאנגזאם שפילט נאך ביים טיש ביז היינט. די פּאָר טרעטן אויך אויף יערליך ביים שושן פורים טיש פון רבי אייזיק'ל ספינקער אין וויליאמסבורג. צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער (בעיקר פעלדמאן, וועלכער איז אויך א גראמער) אלס בדחנים ביי פארשידענע געשעענישן.

ליפא שמעלצער האט ארויפגעברענגט די פּאָר פאר'ן ניגון "הני תרי בדחני", אויף זיין אלבום "בבליפא", וואו די צוויי שטעלן פאר קאמעדיע שטיקלעך אין הונטערגרונט.

כאראקטער פון פארשטעלונגען

לאנגזאם שטעלט געווענליך פאָר דעם כאראקטער פונעם שלימזל'דיגן, אומבאלומפערטן און נארישן מענטש. פעלדמאן שטעלט געווענליך פאר דעם ערנסטן אחריות'דיגן ערוואקסענעם. לאנגזאם איז על-פי-רוב אנגעטון אין זיין אייגנארטיגע פארשטעלעכץ (א פארשטעלעכץ וועלכע ער נוצט אויך ביי די "אונטער'ן" שפילן) - א צעריסענע געלע ציצית, אן אלטע צעריסענע היטל, א צעקנייטשטע אנצוג אָן קנעפלעך, און א נאכגעלאזטע בארד און פאות. פעלדמאן איז געווענליך מינימאל פארשטעלט, ווי א דאקטער אדער רב, וכדומה ווי עס פאדערט זיך, און אמאל אויך אן קיין שום פארשטעלעכץ.

רוב פון זייערע קאמעדיעס זענען געווענליך דיאלאגן צווישן דאקטער-פאציענט, שווער-איידעם, אינטערוויוער-אפליקאנט, אא"וו, ווען דער ערנסטער פעלדמאן ברענגט ארויס די קאנטראסט פון לאנגזאם'ס מאדנע אויפפירונג. א טייל שטיקלעך ענדיגן זיך מיט גראמען.

גרעסערע פארשטעלונגען

אין די "אונטער'ן" שפילן

דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "אונטערן" שפילן אונטער די בינע-נעמען "סענדער" (לאנגזאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטערן" אנגעהויבן פון "אונטערן שריפט", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטערן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".

זעלבסטשטענדיגע אויפטריטן

חול המועד סוכות תשפ"ד האבן זיי זעלבסטשטענדיג פארגעשטעלט א קאמעדיע פארשטעלונג "דראמאדי", אריינגעפלאכטן מיט זינג-שטיקלעך[8].

פריוואטע לעבנס

לאנגזאם וואוינט אין שיכון סקווירא, ווידער פעלדמאן וואוינט אין מאנסי.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1.   לאנגזאם פעלדמאן "קוואטער" פארשטעלונג, ווידעא אויף יוטיוב;   אונטערן שמייכל - בוני עולם 2023, ווידעא אויף יוטיוב;   בוני עולם 2024, ווידעא אויף יוטיוב.
  2.   אן אנאנס פאר די מפואר פירמע, ווידעא אויף יוטיוב.
  3.   לי עוועניו פאטא - קאראנע, ווידעא אויף יוטיוב.
  4.   Langsam Touring Israel With Ari Ungar, video on YouTube.
  5.   די פרייז פאר א קינד, ווידעא אויף יוטיוב, 6 ביולי 2020.
  6.   רעקארדירונג אין שטיצע פון צדקת ישעיה, ווידעא אויף יוטיוב;   דיין געזונט איז קיין וויץ, RCCS - צאהלער, ווידעא אויף יוטיוב.
  7. זעט צום ביישפיל אויף די "הונטער די קוליסן" ווידעאס פון די "אונטערן" שפילן וואו פעלדמאן ווערט געזען צייגן פאר לאנגזאם ווי אזוי אויסצופירן די קאמעדיע.
  8. "א שמועס איבער די לאנגזאם-פעלדמאן "דראמאדי" פארשטעלונג", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24; "דראמאדי - לאנגזאם & פעלדמאן חוה"מ סוכות פ"ד", אשכול אויף אייוועלט.