אורחות צדיקים
אורחות צדיקים איז א בארימטע מוסר ספר, וואס דער אידענטיטעט פונעם מחבר איז אומבאוואוסט, און איז לויט פארשידענע שפעקולאציעס און כתבי ידות פארפאסט געווארן ארום דעם יאר ה'ר' (אין 15טער יארהונדערט).
דער הויפט נושא פונעם ספר איז די עבודה פון תיקון המדות, וויאזוי דער מענטש זאל מתקן זיין אלע זיינע מדות אויפ'ן גלייכן און באלאנסירטן וועג, אלס א יסוד פון שמירת התורה והמצוות. דער ספר פארמאגט 28 שערים, רוב פון זיי זענען איבער מדות און צום סוף זענען דא עטליכע שערים אויף יסודות'דיגע ענינים ווי לימוד התורה, יראת שמים און תשובה.
אין דער הקדמה צום ספר איז דער מחבר מסביר די וויכטיגקייט פון דעם ספר אויך פאר תלמידי חכמים מיט א משל: פונקט ווי א פאס פון גוטע וויין וואס האט א לאך וועט די גאנצע וויין ארויסרינען דורך דעם לאך, אזוי איז א תלמיד חכם וועלכער האט נישט קיין גוטע מדות, וועט זיין גאנצע תורה פארלוירן ווערן.
מחבר
"אורחות צדיקים", איינע פון די וויכטיגסטע מוסר ספרים, איז שטענדיג פארעפנטליכט געווארן אנאנים. במשך די דורות און פארשידענע אויפלאגעס פונעם ספר זענען געשריבן געווארן פארשידענע שפעקולאציעס איבער דער אידענטיטעט פונעם מחבר. עס איז זיכער געשריבן געווארן שוין אין אלף השישי; דאס זעט מען פון די ווערטער פונעם מחבר (אין "שער התורה") וואו ער דערמאנט דעם ספר הרוקח, רבי אליעזר ממיץ, אבי העזרי, און דעם אור זרוע, פון דעם איז קלאר אז ער איז געווען שפעטער ווי זייער תקופה (די פיר מחברים זענען נפטר געווארן צווישן די יארן ד'תתק"פ–ה'י'). ווי ער שרייבט: "ואחר כך עמד רבנו משה מקוצי וחיבר ספר אחר, וליקט מאותו ספר של מיימוני וחיבר עליו שאר דברים של אחרונים. וכן כל אחד ואחד עשה ספר לפי מה שראה ענייני הדור שהיה בו. וכן חיברו רבנים רבים פסקות, כגון: הרוקח, ורבי אליעזר ממיץ, ואבי העזרי, ואור זרוע. וכן עשו רבנים רבים."
כאָטש עס איז געווען א פארזוך צו אידענטיפיצירן דעם מחבר מיטן מאָראַליסט און פּאָלעמיקער, רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן, שיינט אבער דיזע היפּאטעז צו זיין אומבאגרינדעט. איין היסטארישער פאקט וואס ווערט ערווענט אינעם ספר, איז דער ארויסטרייבונג פון די אידן פון פראנקרייך אינעם 14טן יארהונדערט.
וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון חסידי אשכנז, איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם ספר אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון רבי יהודה החסיד פון רעגענסבורג אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען.
טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 80 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איסני; Isny im Allgäu, 1542); דער פולער לשון-קודש'ער טעקסט איז ערשינען צום ערשטן מאל אין פּראַג עטליכע יאר שפּעטער (1581).
דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן. די איסני אויסגאבע (1542) הייסט "ספר המדות", א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה הספר נקרא ספר המידות והוא נכתב ונחתם בטבעת החכמה" ("דער ספר איז גערופן ספר המידות און עס איז געשריבן און גע'חתמ'עט געווארן מיטן זיגל פון חכמה"). דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק.
געבוי
דער ספר איז באזירט אין איר אויסשטעל לויטן "ספר תיקון מידות הנפש" פון רבי שלמה אבן גבירול און ער צעטיילט אזוי ווי אים די מדות, לויט קעגנזייטיגע מדות, ווען יעדע מדה פארמאגט א באזונדערן פרק. גאווה קעגן ענווה, בושה קעגן עזות, אהבה קעגן שנאה, רחמים קעגן אכזריות א.א.וו. אין יעדן פרק ברענגט דער מחבר אלע פארשידנארטיגע מצבים ווען די מדה קען באנוצט ווערן, סיי פאזיטיוו און סיי נעגאטיוו. אפילו די מדה פון אכזריות האט אמאל א פלאץ (למשל, ווען א מענטש וויל נישט נאכגעבן זיין קינד עפעס וואס וועט אים שעדיגן, איז עס א פארעם פון אכזריות, אבער פאר זיין טובה), און אויך די מדה פון אהבה האט א נעגאטיווע צד (איינער וואס האט צו שטארק ליב געלט, וואס דאס קען אים ברענגען צו גנב'ענען, וכדומה.) דאס איז איינס פון די הויפט מערקבארע יסודות אינעם ספר, אז עס איז נישט דא קיין מדה וואס איז בעצם גוט אדער שלעכט, נאר דער מענטש דארף באלאנסירן זיינע מדות און לייגן יעדע מדה אויף זיין פלאץ.
דער ספר איז קליין אין כמות אבער גרויס אין איכות, ער שפינט אריין אין זיינע ווערטער אסאך שטיקלעך פונעם רלב"ג, רמב"ם און חובות הלבבות, שערי תשובה.
דרויסנדיגע לינקס
- אורחות צדיקים, אויף שיתופתא