אורחות צדיקים

פון המכלול
ווערסיע פון 19:31, 1 יאנואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (אראפגענומען דירעקטע רוי לינקס, החלפות, קו מפריד בטווח מספרים, צוגעלייגט דעסקריפציע, אינטערשפראך לינק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אורחות צדיקים איז א בארימטע מוסר ספר, וואס דער אידענטיטעט פונעם מחבר איז אומבאוואוסט.

לויט פארשידענע שפעקולאציעס און כתבי ידות איז דער ספר פארפאסט געווארן ארום דעם יאר ה'ר' (1440). דער הויפט נושא פונעם ספר איז די עבודה פון תיקון המדות, וויאזוי דער מענטש זאל מתקן זיין אלע זיינע מדות אויפ'ן גלייכן און באלאנסירטן וועג, אלס א יסוד פון שמירת התורה והמצוות. דער ספר פארמאגט 28 שערים, רוב פון זיי זענען איבער מדות און צום סוף זענען דא עטליכע שערים אויף יסודות'דיגע ענינים ווי לימוד התורה, יראת שמים און תשובה.

אין דער הקדמה צום ספר איז דער מחבר מסביר די וויכטיגקייט פון דעם ספר אויך פאר תלמידי חכמים מיט א משל: פונקט ווי א פאס פון גוטע וויין וואס האט א לאך וועט די גאנצע וויין ארויסרינען דורך דעם לאך, אזוי איז א תלמיד חכם וועלכער האט נישט קיין גוטע מדות, וועט זיין גאנצע תורה פארלוירן ווערן.

געבוי

דער ספר איז באזירט אין איר אויסשטעל לויטן "ספר תיקון מידות הנפש" פון ר' שלמה אבן-גבירול און ער צעטיילט אזוי ווי אים די מדות, לויט קעגנזייטיגע מדות, ווען יעדע מדה פארמאגט א באזונדערן פרק. גאווה קעגן ענווה, בושה קעגן עזות, אהבה קעגן שנאה, רחמים קעגן אכזריות א.א.וו. אין יעדן פרק ברענגט דער מחבר אלע פארשידנארטיגע מצבים ווען די מדה קען באנוצט ווערן, סיי פאזיטיוו און סיי נעגאטיוו. אפילו די מדה פון אכזריות האט אמאל א פלאץ (למשל, ווען א מענטש וויל נישט נאכגעבן זיין קינד עפעס וואס וועט אים שעדיגן, איז עס א פארעם פון אכזריות, אבער פאר זיין טובה), און אויך די מדה פון אהבה האט א נעגאטיווע צד (איינער וואס האט צו שטארק ליב געלט, וואס דאס קען אים ברענגען צו גנב'ענען, וכדומה.) דאס איז איינס פון די הויפט מערקבארע יסודות אינעם ספר, אז עס איז נישט דא קיין מדה וואס איז בעצם גוט אדער שלעכט, נאר דער מענטש דארף באלאנסירן זיינע מדות און לייגן יעדע מדה אויף זיין פלאץ.

דער ספר איז קליין אין כמות אבער גרויס אין איכות, ער שפינט אריין אין זיינע ווערטער אסאך שטיקלעך פונעם רלב"ג, רמב"ם און חובות הלבבות, שערי תשובה.

מחבר

במשך די דורות און פארשידענע אויפלאגעס פונעם ספר זענען געשריבן געווארן פארשידענע שפעקולאציעס איבער דער אידענטיטעט פונעם מחבר. עס איז זיכער געשריבן געווארן שפעטער ווי דעם ערשטן העלפט פונעם דרייצנטן יאר הונדערט. דאס זעט מען פון די ווערטער פונעם מחבר (אין "שער התורה") וואו ער דערמאנט דעם ספר הרוקח, רבי אליעזר ממיץ, אבי העזרי, און דעם אור זרוע, פון דעם איז קלאר אז ער איז געווען שפעטער ווי זייער תקופה (די פיר מחברים זענען נפטר געווארן צווישן די יארן 1220–1250). ווי ער שרייבט:

"ואחר כך עמד רבנו משה מקוצי וחיבר ספר אחר, וליקט מאותו ספר של מיימוני וחיבר עליו שאר דברים של אחרונים. וכן כל אחד ואחד עשה ספר לפי מה שראה ענייני הדור שהיה בו. וכן חיברו רבנים רבים פסקות, כגון: הרוקח, ורבי אליעזר ממיץ, ואבי העזרי, ואור זרוע. וכן עשו רבנים רבים."

רעפערענצן